117

אַנדערן, איז ווי זאָגט דער פסוק, רוח חכמה ובינה און איז זיי כולל אינאיינעם, ער האָט לכל הפחות געדאַרפט זאָגן רוח חכמה ורוח בינה, פאַנאַנדערטיילן זיי, און מ'זאָגט דאָס אינאיינעם.

לח. רוח עצה וגבורה, עצה איז דער טייטש ראַט, ישוב הדעת, וואָס דאָס נעמט אַרום די אַלע דריי אָפּטיילונגען וואָס אין שכל, קלוגשאַפט פאַרשטאַנד, טיעפזיניקייט, דאָס הייסט אַ אויספיהרונג פון אַ זאַך ווי זי ווערט בעאַרבעט פון די אַלע דריי שכל קוועלן.

עס איז געוויס אַ גרויסער חילוק אין וואָס פאַר אַ זאַך די עצה איז, צי אין אַ גייסטיקע זאַך, צי אין אַ קערפּערליכע זאַך, אָבער אין אַלע פאַלן איז די זאַך פון עצה איז אַ ראַט דורך אַ טיפן שכל, ווי איינער פרעגט באַ דעם צווייטען אַן עצה ער זאָל אים געבן אַ גוטן ראַט און אַ שכל'דיגן אויסוועג.

גבורה איז דער טייטש קראַפט, מאַכט, עס איז געוויס אַ גרויסער חילוק מיט וואָס די קראַפט און די מאַכט איז באַזירט, עס איז דאָ דער שכלקראַפט און מאַכט, ווי די גמרא זאָגט (סנהדרין דצ"ג ע"ב) גבור שיודע להשיב, און עס איז דאָ אַ זרוע גבור, אַלענפאַלס איז גבורה בעדייט שטאַרקייט וואָס עצה און גבורה זיינען צוטיילט אין זייערע גדרים. גדר העצה איז חכמה ושכל, און גדר הגבורה איז תוקף און שטאָלץ.

רוח דעת ויראת ד', דעה איז טיפע קלוגשאַפט און פאַרשטאַנד, אַז יעדער זאַך וואָס ער טוט איז דאָס שטאַרק טיף, גרונטיק אַרום געטראַכט, און יראת הוי' איז תמימות'דיגע יראת שמים, אַז ער טוט נאָר וואָס דער אויבערשטער ב"ה הייסט, און וויל ניט אַריינגיין אין קיינע פּשרות, און אין קיינע השכלה'דיגע ערקלערונגען, ער איז אַ ירא אלקים, און וויל ניט וויסען קיינע חכמות פון קולות, דאָס הייסט ער איז זיך מוסר נפש אויף מקיים זיין אָט דאָס וואָס עס שטעהט אין שולחן ערוך, און דעת איז קלוג, און עס איז אַ מאמר העולם, אַז קלוג איז ניט פרום, און לדאבון לבבנו, זעהען מיר דאָך דאָס אין לעבן, אַז די אַלע חכמות איז ווי אַרומגעהען דעם יראת שמים.

אָבער אויף משיח'ן זאָגט דער פסוק ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה וגו', איז דער מיין און בעגריף פון דעם פסוק איז, אַז דער מהות פון משיח'ן איז אויך די זאַכן פון חכמה ובינה, עצה וגבורה דעת ויראת ה', נאָר די אַלע זאַכן איז באַ משיח'ן אַנדערש ווי באַ אונז.

באַ אונז איז חכמה ובינה צוויי בעזונדערע זאַכן, אויך עצה וגבורה און דעת ויראת ה' זענען געטיילט, און באַ משיח'ן איז חכמה ובינה אין איינעם, עצה וגבורה אין איינעם, דעת ויראת הוי' אין איינעם. וויילע דאָס איז דאָך די זאַך, פון העכער ווי נאַטור, אַז דאָס שליסט איין צוויי הפכים, וויילע ביידע נעמען זיך פון איין מקור און זיינען בגילוי ווי זיי זיינען במקורם.

לט. די הנהגה פון משיח'ן איז, והריחו ביראת הוי' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, דער משפט זיינער וועט זיין, ניט נאָר לויט דעם וואָס ער וועט זעהען מיט די אויגען, און דער מוסר זיינער וועט זיין ניט נאָר לויט דעם וואָס ער וועט הערן מיט די אויערן, נאָר וואָס דען וועט זיין דער משפט פון משיח'ן און ווי וועט זיין דער מוסר זיינער? אויף דעם זאָגט דער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.