116
צווייטן, אָבער אויך זיינען זיי הפכים איינע פון די אַנדערע.
לז. די כחות חכמה און בינה, האָבן אַ געוויסן עקזיסטענץ איינשלוס, און אַ ווירקונגס און איינפלוס קראַפט איינער אויף דער צווייטער, און אין איין און דער זעלבער צייט זיינען זיי הפכים.
חכמה איז נקודה, אַ ברק המבריק, אַ שכל בליץ. בינה איז התפשטות, התיישבות בעטראַכטונג און איבערלייגונג. דערפאַר איז חכמה מעין און בינה איז נהר120, אַ נהר איז ריבוי המים און מיט אַ שטראָם און אַ מעיין איז טיפין טיפין, עס קאָן ניט זיין קיין נהר וואו ער האָט ניט קיין מעיין, און פון מעיין ווערט נהר.
דאָס גלייכן אין דער שכל וועלט, קאָן ניט זיין קיין פאַרשטאַנד וואו עס זאָל ניט זיין דער חכמה פונקט (נקודת החכמה) וואָס צו פאַרשטיין, און פון יעדער חכמה פונקט ענטוויקלט זיך אַ פאַרשטאַנד טייך.
נקודה און התפשטות זיינען הפכים בעצם מהותם, דאָס הייסט אַ חוץ דעם וואָס יעדער פון זיי האָט זיך זיינע הגדרות, וואָס די הגדרה איז נאָר זיינע אַליין, איז אין זיי פאַראַן אַ צד התנגדות און אַ פאַרקערט פון דעם אַנדערן.
חכמה און בינה זיינען ביידע שכל, שכל אַליין הגם דאָס איז ניט דער אמת'ער רוחני, אָבער לגבי גשמי וחומרי איז ער רוחני שבגשמי. איז אין חכמה און בינה אַליין אונז שווער צו בעצייכענען זייער התנגדות און הפכים, זעהען מיר דאָס אויספיהרליך און קלאָר אין זייערע כלים, דאָס הייסט אין די מוחות, דער מוח החכמה איז קר ולח און דער מוח הבינה איז חם ויבש.
מוח איז דער מאַרך, די פעטס און די זאַפט פון דער גאַנצער זאַך, דאָס הייסט אַז דאָס איז דער גאַנצער תוך, דער גאַנצער מהות המהות פון דער זאַך.
מוח איז גשמי, נאָר עס איז אַ גשמי וואָס איז די כלי פון אַ רוחני, דעם מהות המהות פון דעם מוח ווען ער איז אַ כלי צו דעם רוחני פון שכלי, קאָן מען ניט פעסטשטעלן, ווען ער איז אין דער אַרבעט קאָן מען איהם בעטראַכטן און מבקר זיין (אויספאָרשן) און, ר"ל, בצאת הנפש מן הגוף, פעלט זיך דער מהות המהות זיינער, און עס בלייבט מער ניט ווי דער מציאות המציאות.
איז פון וואָס קאָנען מיר וויסן דעם מהות המציאות פון דעם מוח, דורך דער ידיעה פון מציאות המציאות פון שכל, די ידיעה פון מציאות המציאות פון שכל זיינען די אותיות השכל, וואָס זיי זאָגן אונז צוויי זאַכן, דעם מציאות המציאות פון שכל, און דעם מהות המציאות פון מוח.
אותיות פון חכמה זיינען קורץ און האָבן אַ קלעפּ. און דאָס גיט אונז אַ אַלגעמיינעם בעגריף אויף דעם שכל החכמה, אַז ער איז אַ נקודה מיט אַ בליץ, און עס דייט אונז אָן, אויף דעם מוח החכמה אַז ער איז קר ולח.
אותיות פון בינה זיינען בהבנה והסבר, וואָס דאָס בעטאָנט אונז אַז דער שכל הבינה איז דאָס אַ התפשטות און אַ ערקלערונג אויף אַ זאַך, און בעצייכנט אַז דער מוח הבינה איז חם ויבש.
וואָס פון דעם אַלעם זעהען מיר דאָך, אַז חכמה ובינה האָבען אויך צדדי ההתנגדות וההפכים איינער פונם
הערות
- 120. לקו"ת שבהערה 107. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.