115
ווייסן מיר, וואָס דאָס ווייסן מיר פון זיינע פּעולות און הנהגות.
די ידיעה אין אַ מהות עצמי, וואָס מי ווייס דאָס פון די פּעולות און הנהגות, הגם דאָס איז ניט קיין ידיעה אמיתית, אָבער דאָס איז שוין אַרויס פון העדר הידיעה, און עס איז שוין אַ קליין טיהרעלע צו ידיעה.
משיח איז אַ אור עצמי, מיר נבראים שוכני בתי חומר115, און ווער רעדט די וואָס פיהלן זיך ניט אַלעס שכנים, נאָר טאַקע איינגעוואַקסענע בעלי חומר, זיינען קליין צו בעגרייפען וואָס איז אור בכלל, און אור עצמי בפרט, איז מובן וויפל מיר זיינען ווייט פון הבנה וואָס משיח איז, נאָר פון דער הנהגה און פּעולה קאָנען מיר האָבן עפּעס אַ קצת ידיעה, וואָס איז דער ענין המשיח.
לו. אויף דעם ענין פון משיח געפינען מיר אין פסוק, וואָס ער זאָגט אונז, וואָס איז זיין מהות, און ווי איז זיינע הנהגות און פּעולות, ווי געזאָגט אַז משיח איז אור, איז אַז מיר וועלן פאַרשטיין דעם מהות האור, און דעם אופן ההנהגה והפעולה של האור וועלן מיר אויך פאַרשטיין דעם מהות הכלי, דאָס הייסט חסידות, וואָס דאָס איז די כלי פון גילוי אור המשיח.
מיר ווייסן אַז חסידות איז שכל אלקי, און מיר ווייסן אויך אַז שכל אלקי איז אָפּגעטיילט אין זיינע גדרים116, פון די גדרים פון שכל אנושי117, אָבער וואָס איז דער מהות פון שכל אלקי ווייסען מיר ניט, אָבער אַז מיר וועלן פאַרשטיין דעם מהות האור, במילא וועלען מיר פאַרשטיין וואָס איז דער מהות הכלי און ווי עס איז דער אופן ההנהגה און פעולה פון דער כלי.
אויף משיח'ן שטייט118, ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה, רוח עצה וגבורה, רוח דעת ויראת ד', והריחו ביראת ד' ולא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח, ושפט בצדק דלים והוכיח במישור לענוי ארץ [גו'], והי' צדק אזור מתניו והאמונה אזור חלציו. אין די פיר פסוקים זאָגט אונז דער אויבערשטער ב"ה, וואָס איז דער מהות פון משיח'ן, און ווי איז זיין הנהגה און פּעולה.
דער מהות פון משיח'ן איז אַז, ונחה עליו רוח הוי' רוח חכמה ובינה רוח עצה וגבורה רוח דעת ויראת ד', דאָס וואָס ער זאָגט אַז ונחה עליו רוח הוי' דאָס פאַרנעמט אונזער שכל און פאַרשטייט וואָס דאָס איז, הוי' איז דאָך הי' הוה ויהי' כאחד119, למעלה מן הטבע, העכער ווי נאַטור, נאַטור איז דאָך איינגעטיילט אין עבר הוה ועתיד, משיח איז העכער ווי די זאַך פון נאַטור, למעלה מן הטבע.
אָבער אַז ער הויבט שוין אָן רעכענען פרטים, חכמה בינה, עצה וגבורה, דעת ויראת ד', דאָס איז דאָך אַלץ זאַכן וואָס זיי זיינען מהותים פרטים, וואָס יעדער מהות פון זיי איז מוגדר אין אַ גדר פרטי פון זיין מהות, וואָס ווען אפילו אַז אין געוויסע זאַכן האָבן זיי אַ איינשלוס און זאגאר אַ ווירקונג איינער אויף דעם
הערות
- 115. איוב ד, יט.
- 116. ראה לעיל סעיף כד. כו ואילך (ע' 106 ואילך. 108 ואילך).
- 117. ראה לעיל סעיף כג (ע' 105 ואילך).
- 118. ישעי' יא, בה.
- 119. זוהר ח"ג רנז, סע"ב. פרדס שער א (שער עשר ולא תשע) פ"ט. שעהיוה"א פ"ז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.