ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 114

114

זאָגט מען דער איז אַ מבין, און דער איז אַ דעת'ן, זעהן מיר דאָך אַז אפילו אין דעם פּשוט'ן שכל אנושי'דיקן לעבען, הערט זיך אויך אָן, און עס פיהלט זיך, חילוקים אין שכל, דער טעם הדבר איז וויילע אור וכלי זיינען איינער בערך דעם אַנדערן, איז דערפאַר קאָן מען פון איינעם פאַרשטיין דעם אַנדערן.

אין משיח'ס ענטפער וואָס ער ענטפערט אויף דער פראַגע פון מורנו הבעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר, לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, איז קלאָהר פאַרשטאַנדיג, אַז תורת הבעש"ט נ"ע איז דאָס די כלי צו דעם אור פון גילוי המשיח, בב"א.

עס איז אַ כלל ידוע אַז לבד זאת וואָס כל התהוות איז דורך אור113, איז התהוות הכלים ע"י האור114, דער אור מאַכט די כלי, און כלי איז מקבל דעם אור ווי מיר זעהען במוחש אין שכל אַז דער שכל איז מהווה אותיות, יעדער שכל האָט זיך זיינע אותיות, וואָס דער שכל איז דער אור און די אותיות זיינען די כלים.

איז בכדי מיר זאָהלן פאַרשטיין וואָס איז חסידות, דאַרפען מיר פריהער פאַרשטיין וואָס איז דער אור וגילוי פון משיח, ווי געזאָגט אַז פון דעם מהות מעלת האור, קאָנען מיר נאָכדעם פאַרשטיין דעם תוכן ענין פון דעם כלי צו דעם אור.

וויסן אַ זאַך איז, אַז מי ווייס זיין מהות, דאָס הייסט מה הוא, וואָס איז ער, דער אמת'ער מיין אין דער שאלה מה הוא, איז אַ רוחניות'דיקע פראַגע, וואָס איז ער מכיל, דאָס הייסט וואָס ענטהאַלט ער אין זיך.

אָבער דער מהות הרוחני איז אַ עצמי, וואָס דער גראָבער קערפער מיט זיינע געוויינהייטן קאָן דאָס ניט בעגרייפן, ער קאָן מער ניט ווי נאָךפאָלגן אין אַ קליינעם בעגרעניצטן אופן, די פיהרונג און ווירקונגען פון דעם עצמי, וואָס דאָס קאָן איהם אין אַ געוויסען זין מאַכן נעהנטער צו בעגרייפען, לכל הפחות, די אַלגעמיינע שטריכן פון דעם עצמי.

לה. אויף דעם אדם זאָגן מיר מהות אדם, איז די מציאות זיינע ווייס מען, אַז עס איז אַ גוף מיט נפש ווי אַלע בעשעפענישן, נאָר ער האָט דעם יתרון פון שכל, וואָס דער שכל פיהרט אָן מיט די אַלע אברים פון דעם גוף, אַז יעדער פון זיי זאָהל ריכטיג דורכפיהרן זיין אויפגאַבע.

דער שכל איז דער נשיא המנהיג פון דער גאַנצער אברים געזעלשאַפט, ער שטעלט צוזאַמען זייערע אַרבעט אויף אויסצופיהרן געוויסע זאַכן וואָס געהערן צו זיי אַליין, און צו דעם גייסט און קערפּער פון דעם פּערזאָן אַליין, און אויך פון זאַכן וואָס זיינען מחוץ דעם פּערזאָן פון דעם מענשען, הן בנוגע נאָך אַ יחיד אָדער אַ רבים.

איז אַז מיר זאָגן מהות האדם, בעצייכענט דאָס, אַ עצמי וואָס האָט אַ געוויסע ווירקונגס קראַפט אין פּערזענלעכן און אין אַלגעמיינעם וועלט לעבען.

קלערער געזאָגט, אַז דער מהות הדבר, דאָס הייסט דער מהות המהות פון מהות האדם ווייסן מיר ניט, נאָר דעם מציאות המהות פון מהות אדם

הערות

  1. 113. ראה אגה"ק ס"כ (קל, ב). וראה סה"מ שבהערה הבאה. ובכ"מ.
  2. 114. עץ חיים שער העקודים פ"ג. סה"מ עת"ר ע' לג. תרפ"ט ע' 256. ה'שי"ת ע' 66. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.