112
מדה טובה, האָט ער געזעהן דעם אמת'ן ליכטיקען שיין.
מורנו הבעש"ט קוקט מיט זיינע ליכטיקע אויגן אין דעם פינסטערן גלות, זעהט ווי אידן זיינען מקיים תורה און מצות מיט גרויס מסירות נפש און פּיין, ווערן געדריקט און גערודפ'ט פון פערשידענע שלעכטע מענשן.
מורנו הבעש"ט זעהט ווי אידן זיינען מקיים דעם בקולו של הקב"ה תשמעו מיט מס"נ, ווערט באַ איהם די שאלה פאַר וואָס קומט ניט משיח, גואל צדק און וויל בעשליסן אַז ער מיט דער חבריא קדישא, הצדיקים הנסתרים נ"ע זאָלן בריינגען משיח'ן.
עס איז בעוואוסט די פערשידענע אסיפות הצדיקים הנסתרים וואָס זיינען געווען מזמן לזמן בימי מורנו הבעש"ט, און די כמה מיני התעסקות און שתדלנות וואָס זיי פלעגן טאָהן בנוגע דער מצב הרוחני און אויך דעם מצב הגשמי פאַר דעם כלל ישראל.
און אין יענער צייט איז געווען די עליית הנשמה של מורנו הבעש"ט וואָס ער איז געווען אין היכל המשיח און האָט געפרעגט אימתי קאתי מר.
לב. דער אימתי וואָס דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן, איז דאָס ווי דער מאמר אם לא עכשיו אימתי וואָס עס שטייט אין אבות (פ"א מי"ד).
דאָס הייסט, אַז דער בעש"ט רעדט מיט משיח'ן, אין דעם ענין פון דער גמרא סנהדרין, וואו משיח ענטפערט אַז היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו, און אויף דעם פרעגט דער בעש"ט עס איז דאָך ב"ה בקולו תשמעו.
און אויף דערויף ענטפערט משיח דעם בעש"ט לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ברחבות פלגי מים (משלי ה' ט"ז). יפוצו מעיינותיך חוצה, סוף שתקנה תלמידים ותורה הוראות ברבים, ויצא לך שם, רש"י, ברחבות, עיר תפוצנה פלגי מימיך, רש"י.
חסידות107 ווייס צו מאַכן אַ חילוק פון אַ מעין און נהר, נהר הוא התפשטות לאורך ורוחב ומחזיק שטח גדול, והמים בו בריבוי והילוכם הוא בשפע ורעש גדול, והמעין הוא נמשך כגיד בכיווץ תפיסת מקום שאינו תופס מקום גם לעצמו, ומימיו נובעין טיפּין טיפּין.
חוצה108 הייסט דאָך אין דרויסען. ד.ה. ניט אין דעם מקום המוכשר109, וואָרום דער מקום המוכשר איז דאָך ניט קיין חוצה, ער איז דאָך דער ריכטיגער מקום המוכשר, וואָדען אויב ער איז אַ חוצה, דאָס הייסט אַז ער איז ניט קיין מקום המוכשר איז ווי איז דאָרטן דער אָרט פון אַ מעין, איז דאָך דער פסוק זעהר ניט פאַרשטאַנדיק, עס איז דאָך סותר איינע די אַנדערע, איז דאָס אַ מעין פאַרוואָס רופט מען דאָס חוצה? איז דאָס חוצה, ווי קומט אַהין אַ מעין, וואָדען, עס איז ביידע זאַכן, איז ווי איז ביידע זאַכן110?
מפרשים111 טייטשן דעם פסוק יפוצו מעיינותיך חוצה, עס וועלן אַזוי שטאַרק זיין די וואָס קומען אַרויס פון דיינע קוועלן אַז זיי וועלן זיך צו שפּרייטן אפילו חוצה ביז אַז ברחבות אפילו אין
הערות
- 107. ראה לקו"ת שה"ש לט, א ואילך. ובכ"מ.
- 108. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 113.
- 109. ראה לקוטי שיחות חלק טו ע' 287. וראה שם ע' 282. ועוד.
- 110. הביאור — ראה לקמן סעיף נג (ע' 130).
- 111. ראה ראב"ע ומצו"ד עה"פ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.