111

ל. דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן אימתי קאתי מר, אין פלוג האָט דאָך קיין אָרט ניט די שאלה עס איז דאָך אַ קלאָר אָפענע גמרא (סנהדרין דצ"ח ע"א) ר' יהושע בן לוי האָט זעך געטראָפען מיט אלי' הנביא אין דער מערה פון ר' שמעון בן יוחאי פרעגט ריב"ל בא אליהו'ן ווען וועט קומען משיח, ענטפערט אלי' ר' יהושע בן לוי'ן, גיי פרעג באַ איהם אַליין, פרעגט ריב"ל וואו קאָן איך איהם טרעפן, האָט איהם אלי' געזאָגט דעם אָרט אין גן עדן, וואו משיח זיצט.

ווי עס איז ניכר איז באַ ריב"ל דער אָרט געווען גוט בעקאַנט און די וועג אַהין אַדורך גיטראָטענע, אַז ער איז געקומען אַהין איז נאָך די סימנים וואָס אליהו האָט איהם גיגעבן האָט ער דערקענט ווער איז משיח, פרעגט ריב"ל באַ משיח'ן לאימת אתי מר, צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר, ענטפערט משיח, היום היינט.

ריב"ל איז גיווען זייער צופרידן מיט דעם ענטפער איז געגאַנגען צוריק זעהן זיך מיט אליהו'ן דערווייל איז דורך געגאַנגען דער טאָג, און משיח איז ניט געקומען, איז ריב"ל געוואָרן פאַרביטערט, אַז ער איז געקומען צו אליהו'ן, פרעגט איהם אליהו וואָס האָט דיר משיח געזאָגט.

ריב"ל זייענדיק זייער פאַרביטערט און פאַר עגמת נפש פון דעם וואָס משיח איז ניט געקומען דעם טאָג, זאָגט ער אליהו'ן אַז משיח האָט איהם געענטפערט היום קומט ער, דער טאָג איז דורך און משיח איז ניט געקומען.

אלהיו הנביא ערלקערט ר' יהושע בן לוי דעם ריכטיקן זין פון משיח'ס ענטפער — אויף ריב"ל פראַגע צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר — היום אם בקולו תשמעו103.

אין דעם סיפור המעשה פון ריב"ל מיט אליהו'ן זעהן מיר קלאָהר און דייטלעך אַז דער זין פון ביאת המשיח (בב"א) איז פאַרבונדען מיט דעם היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו. וואָס נאָך דעם קלאָהרן ענטפער איז דאָך ניט מובן די שאלה פון בעש"ט אימתי קאתי מר, עס איז דאָך אַ גמרא מפורשת, אַז ביום אשר בקולו של הקב"ה תשמעו, קומט משיח גואל צדק, היינט וואָס פרעגט דער בעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר.

לא. מורנו הבעש"ט נ"ע איז דער משה רבינו ע"ה פון תורת החסידות הכללית, דאָס הייסט אַז אַזוי ווי משה רבינו ע"ה דער בחיר הוי', אַז על ידו איז נתגלה געוואָרען תורתנו הקדושה, אָט אַזוי איז מורנו הבעש"ט נ"ע דער בחיר הוי' אַז על ידו איז נתגלה תורת החסידות הכללית.

אין מדרש104 אויפן פסוק105 ומשה הי' רועה שטייט הוי' צדיק יבחן106, ובמה הוא בוחנו במרעה צאן, און רז"ל104 דערציילען אונז די מעשה וואָס עס האָט געטראָפען בא משה רבינו ע"ה בעת ער האָט גיפיטערט צאן יתרו, וואָס פון דער מעשה זעהט מען אַרויס די מדות טובות וואָס משה רבינו ע"ה האָט געהאַט.

מורנו הבעש"ט נ"ע איז בעוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, ער האָט געזעהן אין יעדער אידן אַ מעלה און אין יעדער פועל פון אַ אידן, הן אַ מצוה אָדער אַ

הערות

  1. 103. תהלים צה, ז.
  2. 104. שמו"ר פ"ב, ב.
  3. 105. שמות ג, א.
  4. 106. תהלים יא, ה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.