110

גדר החיות פון שכל אלקי, אַ חיות עצמי.

שכל הנקנה איז דער פאַרשטאַנד נאָר אין און פון די אַרומיקע זאַכן, אָבער שכל עצמי איז דער פאַרשטאַנד אין און פון דעם עצם המושכל און מושג אַליין, דייטליכער אַרויסזאָגן — דאָס — שכל הנקנה איז דער פאַרשטאַנד איז נאָר אין און פון דער הגבלה וואָס אין דעם מושכל און מושג איז, דאָס הייסט, ער גיט צו פאַרשטיין דאָס וואָס עס איז פאַראַן.

אָבער שכל אלקי איז דער פאַרשטאַנד אין דעם בלי גבול וואָס אין דעם מושכל ומושג איז, דאָס הייסט אַז ער גיט צו פאַרשטיין די נשמה וואָס עס איז פאַראַן אין יעדער זאַך, און ווי דאָס איז דער עיקר, ובמילא מובן אַז ער גיט צו ערקלערן דאָס וואָס מי זעהט ניט.

במילא איז דער געשמאַק גאָר אַ אַנדערער, און עס זעהט זיך אָן אין דעם אויסגאָס פון דעם געשמאַק אַז אין שכל אנושי ווערט טאַקע אַ רייץ אין האַרצן, וואָס דערפון ווערט אַ מדה, אָבער דאָס איז אַ בעזונדערע זאַך פון איהם, עס רירט ניט אָן דעם גאַנצן עצם זיינעם, משא"כ דער אויסגאָס פון דעם געשמאַק וואָס אין שכל אלקי, ווערט ער אינגאַנצען אַרומגענומען אין דעם, אַז עס איז תתלהב ותתלהט נפשו, ער ברענט און פלאַקערט אין אַ קירוב והמשכה פון אהבה, אָדער ער טרייסט זיך און פלאַטערט אין אַ ריחוק און שרעק פון יראה.

דער רושם וואָס בלייבט נאָך דעם איז אַ טיפע צובראָכענקייט און בענקעניש, און בדרך ממילא איז אַלע זיינע מדות בין אדם לחבירו, און די הנהגות זעהר ריינע און גוטע.

כט. דער גדר השלישי פון שכל אלקי איז, אַז ער איז אמת לאמתו101, ער איז דאָך אַ עצמי, און אַ עצמי בייט זעך ניט, ער איז אומעטום און אַלע מאָהל ווי און וואָס ער איז.

אין שכל אלקי איז אויך פאַראַן סברות פון חיוב ושלילה, אָבער דער חיוב און שלילה פון שכל אלקי זיינען ניט קיין הפכים, אין שכל אנושי זיינען איינע פון די ביידע הטיות אַ ליגן, אין שכל אלקי זיינען חיוב ושלילה ביידע אמת, עס זיינען צוויי שטראַלן פון איין מקור וואָס די ביידע בעלייכטען אויף צו פאַרשטיין אַ טייל פון דעם וואָס מי פיהלט.

חסידות איז שכל אלקי געטליכער שכל, אַ חקירה אלקית וואָס ווירקט אויף דעם קערפּערליכן לעבן, דאָס הייסט, אַז חכמת החסידות מאַכט פון דער חי' רעה וואָס אין דעם מענשן איז, אַ אדם השכלי, און אין דעם אדם השכלי פאַרשטאַרקט זי און ענטוויקלט דעם צדיק וואָס באַ דעם מענשן איז פאַראַן.

חסידות האָט דריי גדרים: א) חיות (לעבעדיגקייט). ב) אור (קלאָהר, און ליכטיג). ג) אמת. דאָס הייסט, חסידות איז אַ אמת'ע קלאָהרע לעבעדיגקייט.

און מיט דעם שכל פון חסידות, וואָס רבינו הגדול ואחריו רבותינו הק' נ"ע האָבען אונז געגעבן, דאַרפן מיר פאַרשטיין און פיהלן די שאלה וואָס רבינו הבעש"ט נ"ע, האָט געפרעגט באַ משיח'ן102, און דערהערן דעם ענטפער וואָס משיח האָט געענטפערט.

הערות

  1. 101. ראה לעיל סעיף ד (ע' 89).
  2. 102. ראה לעיל סעיף א (ע' 84).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.