109

וואָס אין פסוקי דזמרה ווערט אויסגירעכנט דער סדר ואופן הבריאה יש מאין ברוך שאמר והי' העולם, אַז באמירה נבראו כל העולמות וכל הנבראים, עיני כל אליך ישברו ואתה נותן להם את אכלם בעתו96, און נאָכדעם ווערט אויסגירעכנט די אַלע פרטי הנבראים און דעם אופן החיות זייערער, וואָס די התהוות הנבראים און דער קיום זייערער איז נאָהר אלקות ווי דער ענין פון בריאה יש מאין און ואתה מחי' את כולם, ווערט גוט אַרומגירעט אין חסידות בארוכה.

כז. איז טראָצדעם וואָס אַזאַ ערקלערונג און פאַרשטאַנד בריינגט דעם מענשן אין אַ שיינער קלוגער וועלט, וואו דער מענש ווערט פאַרנומען מיט זיך אַליין, מיט זיין נשמה, ווערט בא איהם ערוועקט אינוועניקסטע כחות, עס עפענען זיך שליסל קוועלען פון פאַרשטאַנדן וואָס זיינען אַרום געוויקלט מיט פאַרגיניגן (תענוג) געפילן.

עס איז אַ מעין עולם הבא לעבן, די גמרא זאָגט אין ב"מ (דפ"ג ע"ב), העוה"ז דומה ללילה, בו תרמוש כל חיתו יער97 אלו רשעים שדומין לחי' רעה, ואל מעונתם ירבצון98 אלו הצדיקים אַז יעדער צדיק האָט לעולם הבא אַ מדור (וואָהנונג) לפי כבודו, כל אחד ואחד המוכן לו, רש"י.

דער עולם הבא לעבן, איז אַ לעבן פון ליכט און קלאָרקייט. אַלעס זעהט זיך אין זיין ריכטיקער געשטאַלט, מי זעהט דעם אמת'ן פערגעניגען פון גוט, און די אמת'ע יסורים פון שלעכט.

שכל אלקי בעלייכט און בעווייזט דעם דו פּרצופין99 וואָס השי"ת האָט דעם מענשן געגעבן, פון איין זייט די חי' רעה וואָס אין דעם מענשן אין פאַראַן, און פון דער צווייטער זייט דעם צדיק גמור וואָס דער מענטש בעזיצט און ערקלערט ווי דער מענטש האָט די בחירה אויסקלייבן ווי ער וויל.

שכל אלקי איז ווי געזאָגט, אויך אַ מוגבל, אָבער די הגבלה זיינע איז מער ניט ווי אין דעם וואָס פון השכלה ווערט אַ געוויסער געשמאַק לויט דעם השכלה און פאַרשטאַנד וואָס ער איז איבערגעגעבן.

עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה פאָטער און מוטער וואָס בריינגט אַ אהבה והמשכה להשי"ת, און עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס בריינגט אַ יראה ופחד ה' מהדר גאונו100.

יעדער פאַרשטאַנד איז דער אויסנאַם זיינער ווערט פאָרמירט אין אַ געשמאַק, און דער געשמאַק פערוואַנדעלט זיך ענטווידער אין אַ כוסף ותשוקה אָדער אין אַ יראה ופחד.

ווי עס זאָל ניט זיין, דאָס הייסט אין וואָס פאַר אַ מדה דער געשמאַק ווערט ניט פאַרוואַנדעלט, צי אין אַ מדה פון אהבה, צי אין אַ מדה פון יראה, איז דאָס גאַנץ אנדערש ווי אין שכל אנושי.

כח. דער גדר הב' פון שכל אלקי איז חיות. ווי געזאָגט דער אונטערשייד פון שכל אנושי און שכל אלקי איז אין דעם, אַז שכל אנושי איז שכל הנקנה און שכל אלקי איז אַ שכל עצמי במילא איז דער

הערות

  1. 96. תהלים קמה, טו.
  2. 97. שם קד, כ.
  3. 98. שם, כב.
  4. 99. ראה ברכות סא, א.
  5. 100. ישעי' ב, כא.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.