108
ריכטיקן בעטראַכט אין דער נעימות פון דרכי התורה והמצוה, און פאַרטראַכט זיך אין דער טיפעניש פון די קלאָר ריינע געבאָרענע נשמה געפילן וואָס באַ אידן אין פאַראַן, דער אידישער אומבאַגרעניצט פייאיקער שכל, די אידישע אייביק ברענענדיקע האַרץ.
און ווי געזאָגט השכלה און השגה, זיינען פאָטער און מוטער וואָס בריינגען מדות, עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס שאַפן די מדת האהבה, און עס איז פאַראַן אַ השכלה והשגה וואָס בריינגען די מדת היראה, און אַזוי בשארי המדות.
אהבה הייסט, אַ המשכה צו דעם גוט וואָס ער האָט פאַרשטאַנען און געפילט אין זיין שכל, ווען בא איהם ווערט אָט די המשכה (דער ציה צו דער גוטער זאַך וואָס ער האָט פאַרשטאַנען) ווערט איהם זעהר געשמאַק און עס לאָזט אין איהם איבער אַ געוויסן רושם אין מדות און הנהגות טובות, און מדת היראה ווירקט אויף איהם מואס זיין ברע.
כו. שכל אלקי איז אויך מוגדר אין דריי הגדרות כללים, ווי געזאָגט שכל אלקי איז די געטליכקייט וואָס איז מצומצם אַז אַ נברא זאָל דאָס קאָנען פאַרשטיין, ווי דער מאמר91, דברה תורה כלשון בני אדם.
הגדר הא' פון שכל אלקי איז, אָט דאָס וואָס ער איז מוגבל, דאָס הייסט אַז הגם זיין פאַרשטאַנד איז דאָך פאַרנומען אין פאַרשטיין אלקות וואָס אלקות איז דאָך בלי גבול, און כמה הפכים בנושא אחד מכל מקום איז שכל אלקי אַ מוגבל וואָס פאַרשטייט, באַנעמט, חלקים פון בלי גבול.
דער פאַרשטאַנד פון שכל אלקי איז פאַרקערט פון שכל אנושי, שכל אנושי קאָן פאַרשטיין נאָר דאַן ווען די זאַך איז באַגרעניצט, ווי געזאָגט אַז פריהער איז ער מגביל און נאָכדעם פאַרשטייט ער, און שכל אלקי איז ניט נאָר וואָס ער באַגרעניצט ניט פריער די זאַך וואָס ער פאַרשטייט, נאָר ער בעווייזט אַז נאָך דעם ווי די זאַך איז שוין פאַרשטאַנדיק איז דאָס יעמולט אויך בלי גבול.
למשל, שכל אלקי בעווייזט ריין קלאָהר פאַרשטאַנדיק, ווי אתה מחי' את כולם92, ביז ער דערפיהרט צו דעם קלאָהרן בעוואוסטזיין אַז אין93 עוד מלבדו ית', און אין דער זלעבער רגע גופא ערקלערט ער ווי דאָס איז העכער ווי השגה, און בריינגט די ראי' פון חיות הנפש וואָס איז מחי' דעם גוף, וואָס די אַלע איינצעלהייטן פון דעם משל איז באַ דעם מענשן ניט נאָר אַ פאַרשטאַנד נאָר אַ געפיל, ער פיהלט דאָס בעשיינפּערליך וואָס עס קאָן אין דעם ניט זיין קיין צווייפעל.
וואָס דאָס איז דאָך וואָס עס שטייט94 מבשרי אחזה אלוקה, דער מענטש, איז פון דעם אייגענעם קערפּער זעהט ער געטליכקייט, וכמאמר הידוע95 מה הנשמה ממלא את הגוף כך הקב"ה ממלא את העולם, וואָס פון די אַלע פרטי אופני החיות ווי דער נפש איז מחי' דעם גוף, פאַרשטייט מען דעם אופן החיות ווי דער בורא ברוך הוא איז מחי' דעם עולם.
וואָס דאָס איז דאָך דער ענין התפלה,
הערות
- 91. ברכות לא, ב. רמב"ם הל' יסוה"ת פ"א ה"ט. שם הי"ב.
- 92. נחמי' ט, ו.
- 93. ואתחנן ד, לה.
- 94. איוב יט, כו.
- 95. מדרש תהלים קג, א. וראה לקו"ת אמור לא, ב. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.