ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 107

107

שכל איז אַ קלאָרער פאַרשטאַנד באַזירט אויף אַ גרונטיקן באָדען, דער פאַרשטאַנד ענטהאַלט אַ געשמאַק אַז דער פאַרשטאַנד איז גוט, און דער געשמאַק ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ צי (המשכה) און אַ וועהל (געלוסטיגקייט) צו דעם בכן פון דעם פאַרשטאַנד, דער וועהל ווערט אָנגירופען מדות שבשכל, וויילע דאָס איז די התפעלות פון דעם שכל, ווי ער איז נאָך שכל.

דער געשמאַק און די התפעלות וואָס עס איז אין שכל, איז אַז דאָס קומט אין האַרצען, רעגט דאָס אויף די האַרץ און ער ווערט דערוועקט מיט אַ מדה, וואָס די מדה איז נאָך דעם אינהאַלט פון דעם שכל.

שכל איז מחייב מדות, און מדות האָבן אַ געבורטס אָנהויב ווער עס בריינגט זיי אין לעבן, חכמה ובינה זיינען דער פאָטער און מוטער פון די מדות חסד וגבורה תפארת כו' און אהבה ויראה זיינען די קינדער פון חכמה ובינה87.

יעדער מדה חסד אָדער גבורה, אהבה אָדער יראה און אַזוי די איבעריקע מדות האָבען עלטערן, ווער עס האָט זיי געבראַכט אין לעבן, ווי אין גשמיות, קינדער האָבן עלטערן, עלטערן בריינגען קינדער, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אדם על בעלי חיים, די מדות וואָס זיינען על פי השכל.

כה. אַז איינער לייגט אַריין זיין שכל צו דענקען און קלערן, אין דעם זין און צוועק פון דעם מענטשליכן זיין אויף דער וועלט, צו וואָס איז דער מענטש בעשאַפן געוואָרן, וואָס פאַר אַ מעגליכקייטן גייסטליכע (כחות רוחנים) און קערפערליכע (כחות גשמים) השי"ת האָט איהם געגעבן, וואָס ער קאָן שאַפן מיט זיינע כחות, און צו וואָס ער קאָן צוקומען, און צו וואָס ער קאָן דעם אַנדערן צובריינגען.

איז אַז דער מענטש טראַכט אין דעם מיט אַ גוטער טיפער איבערלייגונג, זוכט צו פאַרשטיין די מענטשהייט און זיין ריכטיקן הפכים'דיקן גרונד, אחור וקדם'דיק88 מעגליכקייט, קומט ער צו, צו דער איבערצייגונג אַז דער מענש איז דער איינצעלטער נברא וואָס זאָל בעזיצן, גייסט און קראַפט, גוטס און שלעכטס, און פערשידענע הפכים אין איין קערפּער.

בנים אתם לה' אלקיכם89, אפילו דער גאַנץ געוויינליכער וואָכעדיגקער איד מיט זיין וואָכעדיגקן לעבן, איז אַז ער פיהרט זיין לעבן אין אַלע צווייגן לויט די פעראָרדענונג פון תורה (תורה איז לערונג תורה לערנט ווי צו פיהרן זיך90, די הויז געזינד די געשעפט דעם געזעלשאַפטליכן לעבן), איז ער אַ בן לאבינו שבשמים.

מענטשהייט איז שכל, און מדות וואָס זיינען עפ"י השכל, וואָס דאָס איז דער יתרון פון אַ מענטש אויף בעלי חיים, השי"ת האָט אין דעם גופא געשאָנקען לעמו ישראל דעם גרעסטען יתרון, און געגעבן די מתנה פון תורה און מצות.

און אַז דער מענטש נעמט דעם

הערות

  1. 87. ראה תניא פ"ג. ובכ"מ.
  2. 88. ע"פ תהלים קלט, ה. וראה אוה"ת (יהל אור) עה"פ (ע' תקיט ואילך. ע' תשמז ואילך). ובכ"מ.
  3. 89. ראה יד, א.
  4. 90. ראה זח"ג נג, ב. רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים להרד"ק ערך ירה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.