106
עס איז אַ מושכל ראשון, אַז מהות איז אַ מציאות, און מציאות איז אַ מהות, וואָס לפי זה דאַרף אויסקומען וויבאַלד אַז יעדער זאַך ווערט בעצייכנט און בעגרעניצט פון זיין מהות און מציאות, הייסט דאָס אַז יעדער איינער פון די צוויי זאַכן מהות און מציאות בעצייכענען איין זאַך.
אָבער באמת זיינען מציאות און מהות צוויי בעזונדערע זאַכן86, דאָס הייסט, הן אמת אַז מהות איז אַ מציאות און מציאות איז אַ מהות, אָבער מהות המציאות איז ניט מציאות המהות.
קלערער געזאָגט, אָט דער מושכל ראשון, אַז מהות איז אַ מציאות, און מציאות איז אַ מהות, בריינגט אונז צו אַ בעשלוס אַז יעדער איינצעלטער פון די צוויי, בעזיצט ביידע זאַכן, אין מציאות איז פאַראַן מציאות המציאות און מהות המציאות, און אין מהות איז פאַראַן מציאות המהות און מהות המהות.
וואָס לפי זה איז יעדער זאַך דער מהות און דער מציאות זיינער, איז הגם זיי זיינען דאָך ביידע איין זאַך, איז דאָס ניט נאָר צוויי נעמען אין איין זאַך, נאָר מציאות און מהות בעדייטן און שטרייכן אונטער איין זאַך פון צוויי בעזונדערע און פערשידענע שטאַנד און גרונד פונקטן.
דער מציאות פון שכל — הן דער שכל עצמי און הן דער שכל הנקנה — האָט גדרים, וואָס די גדרים דייטן אונז זייער מציאות און מהות.
די גדרים פון שכל אנושי זיינען דריי זאַכן א) שכל איז מוגבל און איז מגביל, אַליין אַ באַגרעניצטער און באַגרעניצט די וואָס ער נעמט אַרום מיט זיין פאַרשטאַנד, שכל נעמט אַרום און פאַרשטייט אַ זאַך וואָס איז מחוץ ממנו. דער אופן פאַרשטאַנד פון שכל אנושי איז, אַז פריהער איז ער דאָס מגביל און באַגרעניצט און נאָכדעם פאַרשטייט ער דאָס, דאָס הייסט, אַז שכל אנושי פאַרשטייט אַ זאַך דוקא נאָך דעם ווי ער האָט פריהער באַגרעניצט און מגביל געווען די זאַך.
ב) שכל איז קרירות, קאַלטקייט, ניט התפעלות, וואָס מיט דעם טיילט זיך אָפּ שכל פון מדות, מדות הם התרגשות והתפעלות, אופרעגונג און פלאַם, וגדר השכל מתינות וקרירות (המתינות הוא ג"כ חסרון בשכל אנושי לגבי שכל אלקי, ומכש"כ קרירות).
ג) שכל אנושי הוא וואָס ער איז ניט אמת (בעצם ענינו אינו שקר, אבל לא אמת), דאָס איז ניט געלייקנט, אָבער דאָס איז ניט אמת, א) אין שכל איז פאַראַן נטיות, אַ סברא לחיוב און אַ סברא הפכית לשלילה, איז דאָך דער עצם שכל ניט אמת, ב) ענין השכל בא לבאר מה שהוא למעלה מן השכל, ובזה עצמו הוא מודה ומגלה על עצמו, אַז ער (שכל אנושי) אַליין, איז נאָך ניט אמת.
כד. שכל אלקי האָט אויך גדרים, געוויסע גרעניצן וואָרום דאָס איז דאָך דער אלקות וואָס האָט זיך מלביש געווען אַז ער זאָל זיין בערך השגת הנבראים, אַז באַשעפענישן זאָלן אויך קאָנען בעגרייפן געטליכקייט, און דערפאַר איז דער שכל אלקי אויך מוגדר אין גדרים.
אָבער די גדרים פון שכל אלקי זיינען כלל ניט ווי די גדרים פון שכל אנושי, שכל אלקי איז בלי גבול, ניט באַגרעניצט, און שכל אנושי איז באַגרעניצט.
הערות
- 86. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 49. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.