ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 105

105

ציור ווערט ביי איהם איינגיזונקען אין אויג, און ער ווערט אינגאַנצען פאַרכאַפּט פון דעם ענג, און אַזוי און נאָך מעהרער איז דער ענג פון השגה און השכלה, ביז מי קען קומען צו כלות הנפש מגודל הענג.

כב. דערמאהנענדיק דעם ענטפער פון יחידות הנ"ל האָט דער טאַטע אָנגיהויבען דערציילען איבער יענער צייט, ווי ער און החסיד הרה"ג ר' יעקב מרדכי נ"ע פלעגן אין איינעם לערנען חסידות חזר'ן די מאמרים, לייגן הנחות, און שעותווייז ריידן אין עניני עבודה והשכלה.

אין דעם האָט זיך החסיד הרה"ג הרי"מ נ"ע זייער צווויינט בדמעות שליש, דאָס איז גיווען דער אמת'ער חסידות געוויין, אין דעם געוויין האָט מען גיהערט די חסידות'ע אָפטע אויסשפּראַך יתמרמר ויבכה במר נפשו, אַ געוויין פון מרירות, נפש'דיקע ביטערקייט, אַ געוויין וואָס בלייבט איינגיקריצט אין האַרצען אויף אייביג.

מיט גרויס שוועריגקייט האָט מען החסיד הרה"ג הרי"מ נ"ע בערואיגט, אַז ער איז גיקומען צו זיך האָט מען ערשט גוט פאַרבראַכט. דער טאַטע האָט מבאר גיווען אַז דער שכל פון חסידות איז שכל אלקי און ער — דער שכל — איז אַ שכל המתקבל, דער עיקר עבודה דאַרף זיין מאַכן זיך פאַר אַ כלי לקבלה.

דער טאַטע איז מבאר דעם רבי'נס לשון82 ונפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל83, דעם דיוק אין וואָרט ממעל, למטה איז אלקות אין הלבשה אין טבע, למעלה בלי שום הלבשה, ונפש השנית היא חלק אלוקה ממעל איז כשם ווי יכולת העצמות איז בכל הענינים איז כמו"כ דער יכולת הנשמה שהיא חלק אלוקה ממעל אויף צו קומען צו די טיפסטע השכלות און השגות במוחש ממש.

שפּעטער מיט אַ האַלב יאָהר אַז דער טאַטע האָט אָנגיהויבן חג השבועות תער"ב דעם גוט בעוואוסטען הונדערט דריי און פערציג84 המשך מאמר בשעה שהקדימו וואָס דער טאַטע האָט איהם גיזאָגט — מיט געוויסע הפסקים — פון חג השבועות תער"ב ביז פרשה וירא תרע"ו, האָט מיר דער טאַטע גיזאָגט אַז דעם ענין האָט ער אָנגיהויבען אין מענטאן85.

מיט דעם מאמר בשעה שהקדימו הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין התרחבות החסידות, און די אַלע טיפסטע ענינים פון חסידות ווערן ברייט אַרומגירעט, ווי גאָר געוויינליכע מוחש'דיקע זאַכן.

כג. נאָך דער הקדמה וועלן מיר איצטער זיך צוריק קעהרן צו דעם ענין וואָס מיר האָבן אָנגיהויבען זיך צו ערקלערן.

שכל איז אַ מציאות, יעדע מציאות מוז האָבן גדרים, וואָס די גדרים בעטאָנען און שטרייכען אונטער דעם מהות און מציאות פון דער זאַך.

הערות

  1. 82. תניא רפ"ב.
  2. 83. ראה גם אגרותקודש ח"ד ע' תב ואילך.
  3. 84. אוצ"ל: הונדערט פיר און פערציג (144). — ראה הוספות להמשך תער"ב חלק א ע' ד (בהוצאת קה"ת, תשנ"ב).
  4. 85. ראה ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 181180. ולהעיר מספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 45 ובהערה 14.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.