104
עצמותו ית' זיינען נבראים בריינגט אונז צו דעם פאַרשטאַנד, אַז כשם ווי אין נבראים למטה איז פאַראַן אַ הפרש צי דער נברא בריינגט אַ תועלת אין עבודת ה', ובפרט אַז דאָס ווערט אַ מצוה כמו צמר פון ציצית קלף פון תפילין והדומה בכל המצות, וואָס דורך דער מצוה ווערט דער נברא העכער און איז מעלה דעם אדם וואָס איז מקיים די מצוה, וואָס בדוגמא כזאת איז אויך מיט די נאצלים חכמה סתימאה און פרצופי עתיק אַז דורך דעם דביקות המחשבה ווערט דער ענין נתעלה, און דורך דעם וואָס דער ענין ווערט נתעלה ווערט דער אדם החושב נתעלה במקום שנתעלה הענין שחשב בו.
ואני כברוש רענן ממני פריך נמצא79, עצמות א"ס כביכול בויגט זיך80 צו יעדער איינעם וואָס לערנט חסידות בעיון און האָרעוועט אין דער עבודה פון חסידות און זאָגט אים ממני פון עצמות וואָס בלתי מושג, איז פריך נמצא אין השגה ממש.
דער וואָס האָרעוועט אין חסידות בעיון מיט אַ דביקות המוח, איז דער מוח הגשמי מיט זיין שכל אנושי משיג אַ השגה אלקית במוחש ממש.
יעדער איינער וואָס האָרעוועט אין השכלה און עבודה פון חסידות קען צו קומען צו די העכסטע און טיפסטע ענינים.
כא. איהר גידיינקט — זאָגט דער טאַטע צו החסיד הרה"ג הר' יעקב מרדכי נ"ע — דאָס וואָס איהר האָט מיר דערציילט81 דעם טאַטנ'ס ענטפער אויף יחידות, וואָס מאָנסטו באַ מיר מאָהן באַ זיך, אַז דו וועסט באַ זיך מאָנען באמת וועסטו פאַרשטיין.
אָט דער ענטפער דעם טאַטנ'ס האָט מיר גיהאָלפן אין אַלע צייטן באַ די טיפסטע ענינים, ביז איצטער געלויבט השי"ת איז ניט גיווען אַ ענין אין חסידות וואָס מי זאָל אים ניט קאָנען דורכטאָן, געוויס איז גיווען זמנים וואָס מי האָט גידאַרפט לייגן גרויס יגיעה.
בעלי עסקים מיינען אַז זיי ווייסן וואָס יגיעה איז און זיי ווייסן וואָס טרדא איז און בפרט נאָך אַ בעל עסק שלאָפט ניט אַ נאַכט מיינט ער אַז דאָס איז די אמת'ע יגיעה און טרדא.
גאָר ניט קיין גרויסער בר דעת פאַרשטייט, אַז די יגיעה און טרדא פון מושכלות איז ניט בערך מעהר ווי די יגיעה און טרדא וואָס באַ בעלי עסקים.
אמת אַז דער אויבערשטער העלפט און די יגיעה אין דעם מושכל בריינגט די ריכטיגע טיפע השגה איז דער ענג ושמחה פון דער ידיעה אויך באין ערוך לגבי דעם ענג ושמחה פון אַ בעל עסק.
אַז דער אויבערשטער העלפט אַז מי פאַרשטייט אַ ענין שכלי אין חסידות בהשגה גמורה מיט אַ גיזונטן גיזעצטן אָפּלייג איז הגם דער שכלי וואָס ער פאַרשטייט איז דאָך אַ רוחני און דער שכל אנושי איז דאָך אַ גשמי בערך דעם רוחניות פון שכל אלקי מ"מ איז די הנחה שכלית אַ מוחש'דיקע, אַז מי זעהט דעם שכל אלקי וואָס מי פאַרשטייט ווי איינער וואָס קוקט אויף אַ ציור נאה ביותר, וואָס יעדער שטריכעלע פון דעם
הערות
- 79. הושע יד, ט. וראה גם לעיל ע' 25.
- 80. ראה לקו"ת אחרי כו, ב.
- 81. לעיל סעיף ח (ע' 92).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.