103
האָט מבאר גיווען אַז די וואָס לערנען חסידות בעיון קענען צו קומען צו די טיפסטע השגות במוחש ממש.
דער תוכן הנושא פון דעם שמועס איז גיווען יעדער איינער קען זאָגן מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב75, יעדער איד קען צוקומען אויף זיין אַ מרכבה צו אלקות ווי די אבות76 וואָס אבריהם היו קדושים ומובדלים פון עניני עולם.
אין אַ טיפן ברייטן שמועס האָט דער טאַטע מבאר גיווען אַז שעבוד המוח צו אלקות איז אַ ענג נפלא.
אַז מי פאַרטיפט זעך — זאָגט דער טאַטע — מיט אַ העמקת הדעת אין דער השגה פון אַ השכלה אין אַ ענין פון חסידות, פיהלט מען דעם אויר פון גן עדן.
איך האָב יאָהרן גיהאָרעוועט אויף ניט נאַרין זיך, מיינע כחות האָב איך אַוועקגיגעבן אויף דער השגה אין עבודה פון חסידות, דער גישמאַק פון חסידות האָט מיך אַרומגינומען, איך בין זיך כלל ניט מחזיק טובה דערפאַר דאָס איז אַ גיוויסע מתנה.
אַלע ווייסן ווי מאוס עס איז דער ענין פון הגזמה, נאָך אַלעם דעם זאָג איך גלוי לעין כל, אַז דער אויבערשטער העלפט און איז מזכה פאַרטיפן זיך מיט אַ העמקת הדעת אין אַ השגה עיונית פון אַ ענין אין חסידות, פיהלט מען דעם אויר פון גן עדן.
אַז דער כח השכל וואָס איז מלובש אין מוח הגשמי טראַכט זיך אַריין און נעמט אַרום דעם ענין פון חכמה סתימאה, אָדער דעם ענין פון ז' תחתונות דעתיק און ג' ראשונות דעתיק, אָדער דעם ענין פון אתה הוא הוי'77 ווי דאָס איז נאָך לבדך77 היינו לפני הצמצום, איז לא זו בלבד וואָס דער אדם החושב ווערט העכער דורך דער מחשבה, נאָר דער ענין וואָס דער אדם החושב טראַכט, ווערט דער ענין העכער, דאָס הייסט אַז דורך דער דביקות מחשבת החושב אין דעם ענין וואָס ער טראַכט, ווערט דער ענין העכער, און דער ענין אַליין הויבט אויף דעם אדם החושב אין דעם אָרט, וואו דער אדם החושב האָט מיט זיין עבודת המוח אים מעלה גיווען.
כ. דער שמועס אי?עראַשט אַלע מסובים, עס איז אַ אמת'ער ענג רוחני הערן אַזא ואָס?עזאָנדערע טיפע רייד.
נאָך אַ הפסקה פון התלהבות'דיקע דביקות נעימות'דיקע נגונים, איז דער טאַטע ממשיך די רייד.
אַלע לבד עצמותו ומהותו יתברך ויתעלה זיינען נבראים, איך מיין ניט צו זאָגן דוקא נבראים, די זעלבע זאך איז נאצלים, נאצלים און נבראים איז איינע און די זעלבע זאַך לגבי דעם ענין וואָס מציאותו מעצמותו, דער ענין פון מציאותו מעצמותו איז נאָר אין עצמות78, אַ חוץ עצמותו ית' איז הן נבראים און הן נאצלים זיינען ניט מציאותן מעצמותן, נאָר נבראים זיינען אַזאַ מציאות און נאצלים זיינען אַ אַנדער מציאות.
אָט די הנחה שכלית אַז אַלע לבד
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.