101

צוועלף יאָהר תרנ"ד—תרס"ה, זיך בעקאָנען מיט דעם גאָר גרויסען שינוי פון התרחבות החסידות און עבודת החסידים, וואָס עס איז פאָרגיקומען פאַר דעם משך זמן.

די צוועלף יאָהר האָבן גימאַכט אַ הכשרה אויף מגדל זיין אַ דור דעה, וואָס זאָלען לערנען חסידות בעיון און האָבען אַ טיפן גישמאַק אין עבודה שבלב.

יז. דער מאמר, יום טוב של ראש השנה, וואָס דער טאַטע הויבט אָן ראש השנה תרס"ו מיט די זעכציג המשכים — איין און פערציג מאמרים פון דעם המשך — אַ חוץ איינצלנע מאמרים — האָט דער טאַטע גיזאָגט אין יאָהר תרס"ו, פופצען מאמרים פון דעם המשך — אַ חוץ איינצלנע מאמרים — האָט דער טאַטע געזאָגט אין יאָהר תרס"ז, און פיר מאמרים פון דעם המשך האָט דער טאַטע גיזאָגט אין יאָהר תרס"ח — איז אַן עד מוחשי אויף די התרחבות תורת החסידות, און אויף דעם מצב לומדי החסידות אין יענער צייט.

די וואָס בעקאָנען זיך מיט די ענינים אין חסידות, וואָס און ווי עס ווערט ברייט און דייטליך קלאָהר אַרומגערעדט אין די מאמרים פון די יאָהרן תרס"ו, ס"ז ס"ח, ס"ט; די גוט באַוואוסטע המשכים פון די יאָהרן עת"ר, תרע"א; און די עלף מאמרים פון דעם המשך יום טוב של ראש השנה תער"ב, זעען אַז פון יאָהר תרס"ו בעגינט אַ נייע תקופה אין דער התרחבות תורת החסידות.

די זעקס יאָהר פון תרס"ו ביז תער"ב האָבען רייך געמאַכט תורת החסידות מיט גרונטיקע בעלי כשרון און געוויסע בעלי עבודה.

אין דעם מיטעלן רבי'נס פערצייכנונגען — ווי עס ווייזט אויס, זאָל דאָס זיין גישריבן גאָר אין די יונגע יאָהרן — איז פאַראַן אַ אויסשפּראַך: ועל דרך צחות יש לומר.

בדרך צחות קען מען זאָגן אויף דער התרחבות החסידות און עבודת החסידים פון תרס"ו ביז תער"ב, דעם מאמר69 יותר ממה שבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית.

תורת החסידות האָט גימאַכט גיבוירענע חסידים פאַר אמת'ע חסידים, און חסידים האָבן גימאַכט פּאַפּירענע חסידות פאַר לעבדיקע חסידות.

אין פערלויף פון די אַכטצעהן יאָהר תרנ"ד—תער"ב האָט זיך דער ענין החסידות, הן דער לימוד החסידות, און הן די עבודה פון חסידות, גישטעלט אויף דער ריכטיקער גובה וואָס תורת און עבודת החסידות בעדאַרף פאַרנעמען.

דאָס אַלעס וואָס איך האָב אייך בקיצור נמרץ בעקאַנט גימאַכט מיט דעם סדר השתלשלות התרחבות החסידות און עבודת החסידים ותלמידי התמימים ביז דעם יאָהר תער"ב, איז צוליב דעם אַז מי זאָל גרונטיק פאַרשטיין דעם וואָרט וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט70 אַז קומענדיק אין מענטאָן האָפט ער, אַז ער וועט האָבען די גינוגענדע צייט אויף אַרומטראַכטן מסדר זיין אַ נייעם ענין אין חסידות.

יח. די וואָס האָבען זוכה גיווען צו קענען דעם טאַטען און הערן חסידות

הערות

  1. 69. ויק"ר פל"ד, י.
  2. 70. לעיל ע' 95. וראה לקמן ע' 105.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.