100
עבודת התפלה, הן אין דעם תיקון ובירור המדות, און הן אין דער פיהרונג פון דעם טעגליכן לעבן.
עס איז צו דערמאָנען אַז אין יאָהר תר"ס האָט זיך שוין גיפיהלט אין דער חסידות'ער וועלט די גרויסע ווירקונג וואָס האָט געהאַט דעם טאַטענס ברייטער שמחת תורה שמועס64, און דער גוט באַוואוסטער מאמר החלצו65.
דער תרנ"ט'דיקער שמחת תורה שמועס, וואו דער טאַטע האָט ברייט אַרומגירעדט וואָס דער אלטער רבי האָט גימיינט ווי אַ חסיד דאַרף זיין, דעם גרויסען מסירת נפש וואָס אַלע רביים האָבן געהאַט אויף חסידות און חסידים, דעם מצב החסידים בעבר און דער מצב בהוה און נאָכדעם דער מאמר החלצו, איז במשך השנה גיוואָרן גוט פאַרשפּרייט במחנה החסידים, און עס האָט גיהאַט ב"ה גאָר אַ גרויסע ווירקונג.
דער קונטרס התפלה איז צוגינומען גיוואָרן באַ חסידים בכלל און באַ די תלמידי ישיבת תומכי תמימים בפרט מיט אַ גרויסער שמחה, אַלס אַ וועג ווייזער אין עבודת ה' בעבודה שבלב.
טז. דער קונטרס התפלה איז אַ עד מוחשי אויף דעם רוחניות'דיקן צושטאַנד פון די תלמידי ישיבת תומכי תמימים און אויף דעם מצב פון עבודת החסידים אין יענער צייט.
פון יענער צייט אָן, הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין הרחבת תורת החסידות.
דער יאָהר תרס"א איז באַ די תלמידי ישיבת תומכי תמימים — וואָס האָבן שוין יעמאָלט גיציילט — כ"י — אַ מספר נכון, און האָבן גיהאַט אַ געוויסע ווירקונג אויף דעם עדת החסידים בכלל — איז דער יאָהר תרס"א גיווען אַ שנת עבודה מיט גאָר אַ גרויסער שקידה.
אין יאָהר תרס"א איז דער טאַטע גיווען דעם רוב יאָהר אין אויסלאַנד66, זייענדיק אין אויסלאַנד האָט ער מיר געשריבן בריף איבער דער הנהגה פון דער ישיבה, איינצלנע בריף זיינען בעקאַנט גיוואָרן צו די תלמידי ישיבת תומכי תמימים, און דאָס האָט אַריין גיטראָגן פרישע כחות און שקידה בלימוד החסידות.
די מאמרים וואָס דער טאַטע זאָגט אין די יאָהרן תרס"ב, ס"ג, ס"ד, תרס"ה, הן די איינצלטע מאמרים און הן די המשכים, די שמועסן פון די זמני שמחה, שמחת תורה און י"ט כסלו, און די צוויי קונטרסים וואָס זיינען אַרויס אין די יאָהרן תרס"ג67 תרס"ד68 זיינען אַ בעווייז אויף דעם מצב החסידים און תלמידי ישיבת תומכי תמימים אין יענער צייט.
יעדער איינער קאָן לויט די פערשידענע מאמרי חסידות, וואָס דער טאַטע האָט גיזאָגט אין דעם משך פון די
הערות
- 64. קטעים מדברי כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע משמח"ת תרנ"ט הועתקו באגרותקודש ח"י ע' ד. ע' שסח. שיחת יט כסלו תרצ"ג סעיף כו.
- 65. נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' נג ואילך.
- 66. נסע יום ב', ד' כסלו תרס"א. וחזר יום ג', ה' אלול תרס"א (ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' קנו. ע' שטזשיז). במשך ימי שבתו בחו"ל הי' ב: וועריסהאפען אצל מינכען, פאריז, ברלין, וויען ובאד האמבורג. בא בדברים עם עסקני הכלל ממדינות שונות (אגרותקודש ח"ז ע' שכה, רשימות רבינו בקונטרס ומעין ע' 7. ושם: שחזר ז אלול תרס"א).
- 67. קונטרס ומעין.
- 68. קונטרס עץ החיים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.