99
די מאמרים פון יאָהר תרנ"ח ביז די מאמרים פון חג השבועות, זיינען איינצלנע מאמרים, און די ענינים פון די מאמרים זיינען אַזעלכע וואָס מתחילים אין לימוד החסידות זאָלן דאָס אויך קאָנען בעגרייפן.
דעם מאמר פון חג השבועות תרנ"ח איז אַ טיפער מאמר, אָבער דאָך איז דאָס לפי ערך די תלמידי תומכי תמימים אין יענער צייט.
די מאמרים פון יאָהר תרנ"ט זיינען שוין פאַר אַזעלכע וואָס פאַרשטייען טיפערע ענינים אין חסידות, און די מאמרים פון יאָהר תר"ס זיינען נאָך טיפערע ענינים.
אין יאָהר תר"ס האָבן אַ טייל תלמידי ישיבת תומכי תמימים שטאַרק גיטאָן אין די מאמרים, וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט, און התלמיד מובהק החסיד הרב ר' אברהם דוד ז"ל פויזנער מקלימאָוויטש60 האָט גישריבן הנחות אויף די מאמרים.
אויף וויפל באַ דעם טאַטען איז גיווען חשוב די הנחות וואָס התלמיד הרא"ד האָט גישריבן, איז צו זעהן דערפון וואָס ער פלעגט זיי דורכזעהען און אין פאַרשידענע ערטער גיזאָגט ווי צו פאַרריכטן, און דאָס איז דער טעם וואָס אין יאָהר תר"ס האָט דער טאַטע ווייניק גישריבן די מאמרים וואָס ער האָט געזאָגט בשבתות השנה61.
טו. אין יאָהר תר"ס נאָך חג הסוכות, בעפאָהר דער טאַטע פאָהרט אָפּ אין חאַרקוב62 — וואו ער מאַכט דורך אַ געוויסע קוראַציע אונטער דער אופפאַסונג פון פּראָפעסאָרן — גיט דער טאַטע אַרויס דעם ערשטן קונטרס63 פאַר די תלמידי ישיבת תומכי תמימים יצ"ו.
דער קונטרס הייסט קונטרס התפלה, דער אינהאַלט פון דעם קונטרס זאָגט דער טאַטע אַרויס אין אַ פּאָר קורצע ווערטער, אַז דער קונטרס איז אַ ענטפער די וואָס פרעגן ווי דאַוונט מען, און מיט וואָס דאַוונט מען.
דער קונטרס איז אַ ברייטער טיפער ענטפער אויף די שאלות וואָס אַ חסיד דאַרף פרעגן באַ דעם רבי'ן אויף יחידות, ווי מען דאַרף דינען השי"ת אין דער עבודה שבלב פון תפלה.
דער קונטרס התפלה איז אַ הוראה ווי אַזוי עס דאַרף זיין די עבודה פון דער הכנה פון תפלה, און די פעולה פון
הערות
- 60. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17 ובהערה 35.
- 61. בשנת תר"ס הי' עבודה מרובה בעניני הכלל, דבר הבית חרושת בדובראוונא, דבר תחום המושב, וכו'[ednref_38_*]. — הערה בלקו"ד שם.
- 62. ראה חנוך לנער ע' 13: אחר חנוכה [תר"ס] נוסע לחרקוב לרגלי בריאותו. ובמכתב כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע מאור יום ד' י"א טבת תר"ס (אגרותקודש שלו ח"ג ע' סז): "באנו ת"ל שלו' לפה [חרקוב] היום בקר".
- 63. "קונטרס התפלה. . הניתן. . בשביל התלמידים. . בתחלת טבת, שנת חמשת אלפים שש מאות וששים לבריאה" (הקדמת רבינו להקונטרס). וכ"ה באגרותקודש ח"ג ע' שכג. אבל בקונטרס התפלה דפוס ווילנא, תרפ"ד נדפס בראשה: קונטרס ראשון של כ"ק אדמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מ"ח תר"ס. וראה גם רשימת "ספריו מאמריו ומכתביו שנדפסו" — חנוך לנער ע' 21. [edn_38_*] ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' ע' רלז ואילך. ח"ג ע' קיא ואילך ובהערות שם. ע' רלא. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 15. אגרותקודש ח"ד ס"ע תפט ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.