98
פלעגט מען אפילו אין חסידות זעלטן ריידן, און מכל שכן אין אַ גאָר גיוויינלעכן שמועס, איז דאָס גיווען איינע פון די גרעסטע זאַכן.
דעם ענין פון השכלה און השגה מיט דעם ברייטן ביאור פון אַ בעל המצאה און אַ בעל הסברה, וואָס דער טאַטע האָט מבאר גיווען האָבן זיי גוט פאַרשטאַנען, אָבער דעם ענין פון הרגשה — גיפיהל — און הכרה, האָבן זיי גאַנץ שוואַך פאַרשטאַנען, און דער ביאור האָט גינומען היפּש צייט.
ענדלעך האָט דער טאַטע ערקלערט, אַז די ריכטיגע השגה קומט דאָך אין דער העמקת הדעת פון דער נקודת התמצית57 ביז מי קומט צו צו דעם אמת'ן תכלית פון השגה, וואָס דער אמת'ער תכלית פון השגה איז, ווי דער מאמר הידוע58: תכלית הידיעה שלא נודע.
אין דער השגה, הגם עס ווערט דאָך דער ביטול השגה, ווייל די השגה איז דאָך בעצם למעלה מהשגה, דאָך אַז מי פאַרטיפט זיך אין דעם בהעמקת הדעת איז אין אַ געוויסן מאָמענט העלפט השי"ת אַז מי הויבט אָן פיהלן דעם ענין, און מי קומט צו דער הכרה פון דעם ענין.
אין אַ אריכות'דיקן שמועס איז דער טאַטע מבאר דעם אונטערשייד פון נקודת ההשכלה, וואָס דאָס איז דער אָנהויב פון יעדער מושכל, און נקודת התמצית57 וואָס דאָס איז דער תכלית המושג פון יעדער מושכל, און דערפיהרט דערצו, אַז תורת החסידות האָט געעפנט שערי בינה, אַז עס איז ביכולת האדם צו קומען צו די גרעסטע און טיפסטע השגות, במוחש ממש.
מי דאַרף נאָר וועלן מיט אַ אמת און האָרעווען מיט אַ אמת, אמת איז דער שליסעל וואָס עפענט אַלע שלעסער פון השכלה.
יד. אין די אַכטצעהן יאָהר פון ווינטער תרנ"ד ביז ווינטער תער"ב איז ב"ה תורת החסידות שטאַרק נתרחב גיוואָרן און היפּש ענינים זיינען ברייט נתבאר גיוואָרן.
די פיר יאָהר תרנ"ד—ז זיינען גיווען יושבים בעלי כשרונות און אויך גאַנץ פיינע מתמידים, דאָס רוב פון די יושבים האָבן גילערנט חסידות בהתמדה.
מיט דער התייסדות ישיבת תומכי תמימים יצ"ו — ט"ו אלול תרנ"ז59 — הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה אין לימוד החסידות, דער לימוד החסידות ווערט מסודר ווי דער לימוד הנגלה, און מזמן לזמן זעהט מען דעם שינוי לטוב.
די וואָס לערנען חסידות און האָבן אין דעם אַ פאַרשטענדעניש, זעהען אין דעם טאַטנס מאמרים פון די יאָהרן תרנ"חנ"ט, תר"ס, אַ געוויסן אונטערשייד, הן אין די עצם ענינים פון די מאמרים און הן אין דעם אופן פון די ביאורים און הסברים, פון יאָהר צו יאָהר.
הערות
- 57. נקודת התמצית — ענינה נתבאר בתורת חיים ר"פ נח. בד"ה השמים מספרים תרס"ו [המשך תרס"ו ע' רנב ואילך], וביום השמע"צ תרס"ז [המשך הנ"ל ע' שעג], אני לדודי תרס"ט [סה"מ תרס"ט ע' יא ואילך], וכל העם רואים תרצ"ט [סה"מ תרצ"ט ע' 187 ואילך]. — הערת כ"ק אדמו"ר בסה"מ תרנ"ט ע' עה. סה"מ תרפ"ט ע' 131.
- 58. ראה בחינות עולם חלק ח פרק ב. עיקרים מאמר ב סוף פרק ל. של"ה קצא, ב.
- 59. ראה גם לעיל ע' 75 ואילך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.