94

חסידות זאָגט דער טאַטע36 עס איז דאָ אַ מאמר העולם, ווען מען דערמאָנט דעם, וועלכער איז שוין אויפן עולם האמת, אַ ליכטיקן גן עדן זאָל ער האָבען.

אַ ליכטיקן גן עדן — האָט געזאָגט דער טאַטע — זאָל דער רבי37 האָבען, וואָס ער האָט אונז געעפענט די אויגן און ליכטיג געמאַכט אין די קעפּ און אין די הערצער מיט דער התגלות תורת החסידות.

הערענדיג די עטליכע ווערטער, וועלכע דער טאַטע האָט געזאָגט מיט אַזאַ הייליגע פנימיות'דיקע התלהבות, האָט זיך מיר יעמאָלט דערמאָנט דער מדרש אין שיר השירים פרשה ה' אויף דעם פסוק37 באתי לגני וואָס ער זאָגט דאָרטען אין דעם ענין פון גילוי שכינה למטה דורך די זיבען צדיקים, זיבען דורות, אברהם יצחק יעקב לוי קהת עמרם ומשה.

אונז איז ב"ה גוט, די זיבען דורות, די זיבען נשיאי עולם פון מורנו הבעש"ט ביז דעם טאַטען ועד בכלל, האָבען אונז געעפענט די שערי ההיכלות פון חב"ד, יעדער רבי אין זיין דור, און דער טאַטע מיט זיינע פינף און פערציג יאָר יגיעה אין חסידות האָבען אונז געגעבען די בעסטע ערקלערונג אויף די טיפסטע ענינים פון השכלה.

דער טאַטע אַלט זייענדיק קנאַפּע ניינצן יאָר, האָט אויף צו פאַרשטיין דעם ענין פון שכל עצמי, אין דער מדרגה השלישית אמת לאמתו, געהאָרעוועט מיט בלוטיגע שווייס — מיט אַזאַ נוסח האָט ער מיר געזאָגט — אָבער די שווערע בלוטיגע יגיעה האָט גיבראַכט דעם תועלת הנרצה אין בערך דרייסיג יאָר אַרום — זומער תרס"ח אין מאַריענבאַד38 — רעדט ער מיט מיר — גייענדיג שפּאַצירען — אין דעם זעלבען ענין פון שכל עצמי מיט ברייטען הסבר און ביאור ווי אין גאָר אַ ענין מוחשי, ווייל דורך דער צייט איז ב"ה תורת החסידות נתבאר ונתרחב גיוואָרען מיט ביאורים והסברים ארוכים אין יעדער ענין.

פון יענער צייט — תרל"ט תר"מ בערך — איז דורכגעגאַנגען מעהר פון פופציג יאָהר, אין דעם יובל איז, תהלה לאל, תורת החסידות נתבאר ונתרחב געוואָרען, אַז עס גיט אונז די מעגליכקייט, אַז מיר זאָלען דאָס אויך קענען פאַרשטיין.

יא. די פערציג יאָהריקע תקופה פון תר"מ ביז תר"פ איז פאַראייביגט אין דער חסידות'ער וועלט אַלעס איינע פון די הצלחה'דיקע תקופות אין התרחבות תורת החסידות.

איבער דער תקופה איז פאַראַן זייער

הערות

  1. 36. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 86. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 175.
  2. 37. כ"ק רבינו הגדול בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  3. 37. שה"ש ה, א.
  4. 38. ראה חנוך לנער ע' 1514: סוף סיון [תרס"ח] נוסע לברלין ומאריענבאד. במאריענבאד הי' מכ"ד סיון עד י"ז אלול תרס"ח (אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ד ע' עדר. ע' שכב). ראה עוד ע"ד ר"ד ששמע רבינו מאביו כ"ק אדמו"ר מהורש"ב בתקופה זו — אגרותקודש ח"ד ע' סח ואילך. שיחת חג הפסח תרצ"ד סל"ה. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 13. ע' 41.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.