ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 93

93

שורש פון כח המשכיל, איז דער ענין אין דעם, אַז אין כח המשכיל גופא האָבען זיי בעזונדערע מקורים.

פון דעם וואָס מיר זעהען אַז עס איז דאָ אַ בעל השכלה, וועלכער איז ניט קיין בעל השגה און עס איז דאָ אַ בעל השגה וועלכער איז ניט קיין בעל המצאה, פאַרשטייען מיר צוויי זאַכען: א) אַז אַזוי איז אין די כחות אַליין, אַז יעדער פון זיי איז אַ דבר שלם פאַר זיך און עס פעלט אים ניט די שלימות פון דעם צווייטען. ב) אַז אין יעדער איינעם פון זיי מוז זיין עפּעס אַ זאַך וואָס האָט אַ עהנליכקייט צו דער צווייטער זאַך, וואָס מיט דעם פאַרבייט דאָס די צווייטע זאַך.

און דאָס — די ביידע זאַכען — איז דער טעם פאַר וואָס עס קען זיין אַז די הנחה זאָל זיין פאַלש און די השגה זאָל זיין זייער אַ ברייטע און אַ רייכע אין טיפע סברות שכלים, ווייל די השכלה געהערט ניט צו דער השגה, באַ אים האָט עס זיך בטעות צוזאַמען געטראָפען. דער טעות האָט פאַרשידענע סבות, אָבער דער פועל יוצא איז, אַז די השכלה וואָס דאָס איז די הנחה איז אַ פאַלשע, און די התרחבות ההשגה איז זייער אַ גוטע מיט פיינע סברות שכלים.

די אַלע אופני הטעות אין דעם צוזאַמענטרעפן פון השכלה און השגה, איז נאָר שייך אין די מדרגות פון שפת אמת און אמת, אָבער אין דער מדרגה פון אמת לאמיתו וואָס דאָס איז שכל עצמי, אין דער מדרגה, איז ניטאָ קיין טעותים. אין שכל עצמי קען זייער אָפט זיין אַז מצד די העכסט דקות ההשכלה איז די השגה ניט ביכולת מבאר זיין די נקודת ההשכלה, אָבער עס זאָל זיין אַ טעות אין דער שייכות ההשכלה וההשגה דאָס קען ניט זיין.

פון דעם אַלעם וואָס עס איז ביז אַהער גערעדט געוואָרען איז, אַז די מדרגה פון אמת לאמיתו איז די העכסטע מדרגה אין דעם שכל עצמי פון שכל אלקי, איז הגם דאָס איז דאָך אַ בנין שכלי מכל מקום איז דער בנין שכלי ניט בדומה כלל צו דעם בנין פון שכל אנושי, אויך אפילו די נידעריגסטע מדרגה פון שכל אלקי וואָס דאָס איז שפת אמת, איז אויך גאָר אַ אַנדערער מהות המציאות ווי שכל אנושי.

י. פיל מאָל איז ב"ה אויסגיקומען צו הערן פון טאַטען26 אין די שיחות הקדש וואָס ער האָט גערעדט אין מעלת תורת החסידות, און מיט אַ באַזונדער פּנים מאירות און פּנים מסבירות פלעגט ער זאָגען זייער בעשיידען און גוט הערציג אונזערע חסידות, די חסידות וואָס השכלה איז עבודה און עבודה איז השכלה.

מיט גאָר אַ בעזונדער געהויבענער שטימונג פלעגט דער טאַטע26 אַרויסזאָגן אַ שבח להשי"ת פאַר דער התגלות תורת החסידות בכלל און חסידות חב"ד בפרט.

ווינטער תרס"ז איז דער טאַטע געווען אין דער שטאָט ווירצבורג (בייערען)32 כ"ד טבת33 איז אויסגעקומען יום ה' וארא, יעמאָלט איז געקומען החסיד ר' צבי שי' גורארי'34 און דער טאַטע האָט געזאָגט חסידות35. נאָך דעם

הערות

  1. 26. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
  2. 32. ראה ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 15; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 175. וש"נ.
  3. 33. יום הילולא של כ"ק אדמו"ר הזקן בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם.
  4. 34. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 24 הערה 2.
  5. 35. ד"ה היושבת בגנים — נדפס בהוספות להמשך תרס"ו (הוצאת קה"ת, תנש"א) ע' תקצז ואילך. ד"ה היושבת בגנים תשי"ג וד"ה הנ"ל תשי"ז (סה"מ מלוקט ח"ב ע' רכט ואילך. סה"מ תשי"ז ע' 77 ואילך) מיוסדים על מאמר זה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.