92

אָבער אויך די טיפסטע ענינים וואָס גיבען זיך ניט אין ווערטער, וויל חסידות אַז מען זאָל אין דעם האָבען אַ שכל'דיקן בעגריף, און דאָס איז וואָס דער טאַטע21 האָט מיר גיזאָגט אין עטלעכע קורצע ווערטער, אַז די דריי חלוקים אין אמת, איז אין ספירות איז דאָס חב"ד חג"ת נה"י, און אין עולמות איז דאָס אצילות בריאה יצירה.

מיט דעם ביאור פון ספירות האָב איך געדאַרפט פאַרשטיין די ג' חלוקי דרגות אין אמת, וואָס די צוויי מדרגות שפת אמת און אמת האָט מען זיך געדאַרפט אַ סך האָרעווען, אָבער סוף כל סוף צו עפעס אַ ידיעה צוגעקומען, אָבער אַז עס איז געקומען צו דער מדריגה הג' פאַרשטיין וואָס איז דער ענין פון אמת לאמתו, האָט דער האָרעווען אויך ניט געהאָלפען.

דער העדר הידיעה פון דעם ענין האָט מיך אַזוי טיף פאַראַרט, אַז איך האָב מחליט געווען גיין צום טאַטען21 אויף יחידות, און איך האָב שוין פאַר זיך מסדר געווען די שאלות, שפּעט אין אָווענד איז צו מיר אַריינגעגאַנגען הרי"ם30. איך האָב געזעהען אַז ער איז זייער צוטראָגען. ווען מיר האָבען זיך צורעדט זאָגט מיר הרי"ם, אַז ער איז היינט געווען אויף יחידות האָט ער גערעדט, אַז ער וויל ניט לערנען און וויל ניט טאָן אין עבודה, ווייל ער פאַרשטייט ניט, האָט אים דער טאַטע געענטפערט, וואָס מאָנסטו באַ מיר, מאָן באַ זיך, ווען דו וועסט באַ זיך מאָנען וועסטו אָנהויבען פאַרשטיין.

הערענדיג דעם ענטפער, אַז מען וועט מאָנען וועט מען פאַרשטיין, האָט עס מיר געגעבען אַ נייעם מוט אויף אָנהויבען ווייטער האָרעווען אין דעם ביאור ענין פון אמת לאמיתו. נאָך גאָר אַ גרויסער יגיעה האָט מיר השי"ת געגעבען אַ מתנה טובה אין דעם הבנת הענין. דער מקור החיים פון דער הבנה איז באַ מיר געווען אין דעם ענין פון נקודה בהיכלא. היכלא איז בינה וואָס דאָס איז השגה, און נקודה איז חכמה וואָס דאָס איז השכלה.

ט. השכלה און השגה זיינען ביידע אמת, אָבער זיי זיינען צוויי באַזונדערע זאַכען. השכלה איז אמת פאַר זיך און השגה איז אמת פאַר זיך. עס קען זיין אַז איינער זאָל זיין אַ בעל השכלה און ניט קיין בעל השגה, ווי מיר זעהען במוחש אַז איינער קען אויפטאָן אַ המצאה שכלית און ער אַליין זאָל ניט בעגרייפען די טיפע שכל'דיגע ברייטקייט פון דער המצאה, און עס איז פאַראַן דער וואָס איז אַ בעל השגה און ניט קיין בעל המצאה. דער טעם הדבר איז, ווייל השכלה און השגה זיינען צוויי בעזונדערע גילוים פון צוויי בעזונדערע כחות, וואָס יעדער כח האָט זיך אַ באַזונדער מקור.

השכלה און השגה זיינען גילויים פון די כחות חכמה און בינה. השכלה איז אַ גילוי פון כח החכמה און השגה איז אַ גילוי פון כח הבינה, וואָס די כחות פון חכמה ובינה האָבען בעזונדערע מקורים31. הגם חכמה ובינה איז ביידענס

הערות

  1. 21. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  2. 30. הרה"ח הרה"ג ר' יעקב מרדכי בעזפאלאוו. רב בפאלטאווע. ר' יעקב מרדכי פאלטאווער. מחסידי אדמו"ר מהר"ש ואח"כ אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. י"ב אייר תרט"ו — ל' תשרי תרע"ו. ראה אודותו לקמן בשיחה זו סכ"א ואילך (ע' 104 ואילך). לקמן ע' 224. 272. 276. שיחת כ' כסלו תרצ"ג סעיף ו. ספר השיחות: תרצ"וש"ת ע' 179. ע' 349; קיץ ת"ש ע' 26. תש"ו ע' 10. וש"נ.
  3. 31. ראה סה"מ תרפ"ט ע' 61. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.