91
ווייס און מען פאַרשטייט דאָס וואָס מען זעט, יעמאָלט איז מען במנוחה און במתינות, אָבער ווען מען איז אייליג, איז דאָס אַ הוראה אַז מען איז אין התפעלות.
משה רבינו באַ אַלע גרעסטע פּאַסירונגען איז ער געבליבען רוהיג, נאָר באַ דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים, איז ער געוואָרען אייליג, דאָס וואונדערט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען, וואָס האָט אים געבראַכט צו דעם וימהר משה ויקד וישתחו.
ז. אַלע ווייסען אַז עס איז פאַראַן אַ גרויסער אונטערשייד צווישען קידה און השתחוי'. עס זיינען פאַראַן דריי אופנים29: א) קידה, בויגען זיך. ב) כריעה, קניען. ג) השתחואה, בוקען זיך. וואָס די דריי אופנים, הגם זיי זיינען איין און די זעלבע זאַך, וואָס בעווייזט אויף דעם ענין הביטול, נאָר אין ביטול גופא זיינען פאַראַן דרגות, וואָס יעדער דרגא האָט אַ שיעור המוגבל.
עס איז נויטיג צו זאָגען, אַז יעדער פועל וואָס מען טוט קומט דאָך ע"פ הכרח חיוב שכלי, ד. ה. אַז יעדער פועל האָט אַ טעם פאַר וואָס עס איז אַזאַ פועל, איז במילא מובן, אַז יעדער שעור אין ביטול האָט אַ טעם מיוחד, וואָס דער טעם איז דער הכרח שכלי פון דעם ביטול.
די דריי אופני ביטול, איז קידה הייסט הרכנת הראש, איינבויגן די קאָפּ, וואָרום בכלל זיינען אַלע מדרגות ביטול ניכר אין דעם הרכנת הראש. ביטול הייסט אַוועק לייג. באַ אַ מענטשן איז דער ענין פון אַוועק לייג ניכר נאָר אין קאָפּ, און דאָ זיינען פאַראַן די שיעורים אין די אופני הביטול.
דער אופן הא' אין ביטול איז קידה, וואָס אין דעם ביטול פון קידה איז דער גוף האדם בלייבט במקומו, עס איז מער ניט, וואָס ער בויגט איין די קאָפּ. דער אופן הב' אין ביטול איז כריעה, אין דעם פאַל ביטול איז הגם דער מענטש בלייבט על עמדו, אָבער דער גאַנצער קומת האדם ווערט נידעריגער, ווייל ער שטעלט זיך אויף די קני, איז הגם דער אופן הביטול איז גרעסער פון דעם אופן הא', מכל מקום איז אין דעם אופן הביטול אויך ניכר דער הפרש פון ראש און רגל. דער אופן הג' אין ביטול איז השתחואה בפישוט ידים ורגלים, וואָס דאָס איז דער העכסטער פאַל ביטול, אַז ראש ורגל זיינען גלייך.
ווען משה רבינו האָט דעזעהען דעם גילוי פון יגמה"ר, איז ער נתבטל געוואָרען אין דעם העכסטען אופן ביטול, השתחואה, דערפאַר פרעגט די גמרא, וואָס האָט משה דערזעהען.
אויף דער פראַגע, וואָס האָט משה דערזעהען ברענגט די גמרא צוויי תשובות, וועלכע זיינען צוויי דעות. ר' חנינא בן גמלא אמר ארך אפים ראה, ורבנן אמרי אמת ראה. ווען משה רבינו האָט דערזעהען מדת האמת איז ער נתבטל געוואָרען אין דעם העכסטן פאַל ביטול — דער ביטול פון השתחואה.
ח. דאָס אַלץ איז די צווייטע מדרגה אין אמת, אָבער די דריטע מדרגה אין אמת איז ניטאָ קיין ווערטער מיט וואָס דאָס מסביר זיין ד. ה. אַז דער ענין פון אמת לאמתו איז פון די ענינים וואָס בלייבען אין הגיון הלב, און גיבען זיך ניט אין קיין ווערטער.
הערות
- 29. ראה ברכות לד, ב. מגילה כב, ב. רמב"ם הל' תפלה פ"ה הי"ג. רש"י מקץ מב, ו. מג, כח.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.