90
מען זיך ניט אָנשלאָגען, מיט אַ שדוך, מיט אַ עצה און מיט אַ גמילות חסד, נאָר מצד אהבת ישראל דאַרף מען לייגען די גרעסטע השתדלות אין אַלע זאַכען, אַז יענעם זאָל ווערען בעסער.
אמת, מיט חסידות דאַרף מען זיך ניט אָנשלאָגן אָבער אַרויסהענגען אַ שילד, דאַרף מען. יענער דאַרף זעהען וואָס פאַר אַ סחורה עס איז דאָ, און אַז יענער זעט די סחורה, קען באַ אים ווערן אַ חשק, נאָר היות עס איז פאַראַן סחורה וואָס ניט יעדער ווער עס זעט זי פאַרשטייט די גוטסקייט, דאַרף מען געבן צו פאַרשטיין.
אין אמת זיינען פאַראַן דריי דרגות, אמת לאמיתו, אמת און שפת אמת. אַלע פאַרשטייען אַז די העכסטע מדרגה איז אמת לאמתו און די נידעריגסטע איז שפת אמת, אָבער ניט אַלע פאַרשטייען ווי אמת קען זיך טיילען אין חלקים, און מיט וואָס זיינען די מדריגות אין אמת אָפּגעטיילט איינע פון דער צווייטע.
די נידעריגסטע דרגא פון אמת וואָס הייסט שפת אמת איז העכער ווי די העכסטע און איידעלסטע מדריגה פון מציאות. כל מציאות וועלכע זאָל ניט זיין האָט ניט קיין קיום עצמי, און די נידעריגסטע מדרגה פון אמת — שפת אמת — האָט אַ קיום עצמי, ווי עס שטייט (משלי י"ב י"ט) שפת אמת תכון לעד, טייטשט רש"י, תתבסס ותתקיים ד. ה. אַז מזמן לזמן ווערט דאָס בעסער און שטאַרקער.
ו. אמת איז אַ מדרגה, וועלכע איז העכער פון דער מדרגה פון שפת אמת. פאַר מדת האמת איז משה רבינו איבערראַשט גיוואָרן. עס שטייט (שמות ל"ד ח') וימהר משה ויקוד ארצה וישתחו, פרעגט די גמרא (סנהדרין דקי"א א') מה ראה משה — די גמרא איז אַ ביסעל מוקשה, וואָס איז די פראַגע, וואָס האָט משה געזעהען.
די קשיא אויף דער גמרא'ס פראַגע איז, וואָס עפּעס דוקא אין דעם ענין פרעגט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען, אַז משה האָט געזעהען דעם סנה, און דער אויבערשטער דערציילט די גרויסע פאַרוואונדערונג פון משה רבינו, בשעת ער האָט דערזעהען דעם סנה ווי ער ברענט אין אַ פלאַם פייער און ווערט ניט פאַרברענט, פונדעסטוועגען פרעגט ניט די גמרא וואָס האָט משה געזעהען.
אויך אין פאַרשידענע זמנים ווי קי"ס, מ"ת, הקמת המשכן, פרעגט ניט די גמרא, וואָס האָט משה געזעהען, נאָר באַ דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים, אָט דאָ פרעגט די גמרא, וואָס האָט משה געזעהן.
איך ווייס, מען וועט מיר ענטפערן אַז ע"פ פשוט, ווייל דאָ שטייט וימהר משה וגו' משה האָט געאיילט, פרעגט די גמרא וואָס פאַר אַ זאַך האָט ער געזעהען צוליעב וועלכער ער האָט געאיילט און ויקד ארצה וישתחו, אָבער דעם פשט אַליין דאַרף מען פאַרשטיין, און חסידות גיט דאָס צו פאַרשטיין.
משה רבינו איז אין דער מדרגה פון חכמה דאצילות. אין זהר27 אויפן פסוק28 ויהי אור שטייט, דא חכמה, חכמה איז אור ליכטיקייט, ווען עס איז ליכטיג זעהט זיך יעדער זאַך ריין קלאָר, בשעת מען זעט אַ זאַך קלאָר, ד.ה. ווען מען
הערות
- 27. בסה"מ תרפ"א ע' רמא מציין רבינו: זח"א טז, ב. וראה סה"מ תרצ"ו ע' 63 ובהערה שם.
- 28. בראשית א, ג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.