88

צום רבי'ן בעלמא תתאה איז ער זוכה צו זיין מקושר צום רבי'ן בעלמא עילאה, און זיין נעבען רבי'ן בעלמא עילאה איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש.

ווען איך בין אַריין געגאַנגען צום רבי'ן — האָט דערציילט דער לובלינער — און מיר האָבען אָנגיהויבען צו ריידן אין לערנען און איך האָב פאָרגעלייגט מיין פלפול, האָט דער רבי אַ שמייכל געטאָן, און האָט מיר געזאָגט אַז איך זאָל זאָגען מיינע חדושי תורה, איך בין געווען זייער צופרידען, זעהענדיג ווי דער רבי הערט די תורה וואָס איך האָב געזאָגט.

ווען איך האָב אָפּגעזאָגט, זאָגט מיר דער רבי, עס איז גוטע תורה מיט גאָר פיינע סברות, נאָר די נקודה פעלט, ד.ה. אַז דער יסוד פון דער הנחה וואָס איך האָב מחדש געווען איז ניט אמת, און דער רבי זאָגט מיר אַז עס איז דאָ אַ משנה מפורשת פאַרקערט פון דער הנחה.

איך בין אַזויפיל צורודערט געוואָרען, דערציילט דער לובלינער, אַז איך האָב געפרעגט, רבי, אין וועלכן סדר, אין קדשים — האָט מיר דער רבי געענטפערט, איך האָב איבערגעטראַכט און זאָג, רבי איך ווייס ניט, אפשר וועט איר מיר זאָגען אין וועלכער מסכת, אין בכורות19 — האָט מיר דער רבי געענטפערט, איך האָב איבערגעטראַכט די מסכת בכורות און האָב ניט געפונען, ביז דער רבי האָט מיר אָנגיהויבן זאָגן דעם לשון המשנה און האָט אנגעהויבן מפרש זיין, האָב איך זיך געכאַפּט מיין טעות, דאַמאָלסט — האָט געזאָגט דער לובלינער — האָב איך געזעהען און געפיהלט וואָס הייסט לימוד התורה לשמה.

ד. איהר — האָט דער טאַטע געזאָגט צו די מסובים, פון וועלכע אַ גרויסער טייל זיינען געווען פּוילישע און אונגאַרישע20 — ווייסט ניט ווער איז געווען דער לובלינער, דער לובלינער איז געווען אַ גאון, אַז מיט דורות פריהער וואָלט מען אים אויך געהאַלטען פאַר אַ גאון, און דער גאון האָט געלייגט אַ הנחה שכלית אין אַ תורה שכל און האָט אַ טעות געהאַט.

דער טעות פון לובלינער גאון איז אַ טעות אין דער נקודה, די סברות זיינען געווען גוטע, נאָר אין דער נקודת ההנחה האָט ער אַ טעות געהאַט, און הגם אין דער נקודת ההנחה האָט ער אַ טעות געהאַט, אָבער די סברות השכל זיינען געווען גוטע פיינע סברות.

די עדות פון זיידען אַז די סברות זיינען געווען פיינע איז גענוג, דער זיידע איז געווען דער אמת'ער מבין וואָס הייסט סברות שכלים, דאָס זעט מען אין זיינע תשובות, אין די הוספות והגהות אויף די מאמרים פון תו"א און לקו"ת20 און אויך אין די הונדערטער מאמרים, וועלכע זיינען נאָך בכתביד.

איינמאָל זייענדיג ביים טאַטען21 ביחידות, האָט דער טאַטע דערמאָנט דעם רבי'ן15 און האָט געזאָגט, אַז דער

הערות

  1. 19. ראה לקמן ע' 218 הערה 77.
  2. 20. ראה ספר השיחות שבהערה 11.
  3. 20. המאמרים שבספר "תורה אור" ולקו"ת על ה' חומשי תורה ושה"ש הם של רבינו הגדול בעל התניא, וההגהות וביאורים על המאמרים הם של כ"ק אדמו"ר בעל צמח צדק[ednref_33_*]. — הערה בלקו"ד שם.
  4. 21. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
  5. 15. כ"ק רבינו הזקן בעל התניא. — הערה בלקו"ד שם. [edn_33_*] ראה בארוכה אגרותקודש ח"ד ע' תקס ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.