ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 86

86

בעצייכנט איינצלהייט, האָט מען דאָך גידאַרפט זאָגן הוי' יחיד, פאַר וואָס זאָגט מען הוי' אחד.

חסידות ערקלערט8 דעם אונטערשייד פון דער בעדייטונג וואָס מיינט דער וואָרט יחיד, צו דער בעדייטונג וואָס מיינט דער וואָרט אחד. יחיד איז איינציג און איינצלהייט, אָבער אחד איז פאַראיינציגט, דאָס הייסט אַז עס איז פאַראַן זאַכן וואָס זיי זעהען אויס אַז יעדע איז אַ זאַך פאַר זיך, און עס איז דאָ איין זאַך וואָס פאַראיינציגט זיי, כמו אלף אחד, טויזנד איינצלהייטן באַהעפטן זיך אין איינעם, וואָס ער בעהעפט די אַלע טויזנד אייצנלהייטן.

אָט דער אחד איז אַ אחד המנוי, אַ אחד וואָס ער קומט פון צאָהל, און ווערט בעצייכנט מיט צאָהל, דער אחד פון הוי' אחד איז אַ אחד המחבר וואָס בעהעפט אַלץ, וויילע אַלץ קומט פון אים, און דאָס איז דער טייטש הוי' אחד דער בעשעפער פון אַלץ און דער פאַראיינציקער פון אַלץ, אין קורצע ווערטער הייסט דאָס, ער איז אַלץ, אַלץ איז ער10.

דער אינהאַלט ער איז אַלץ, אַלץ איז ער, ווערט אָנגידייט אין דעם ראשי תיבות פון דעם וואָרט אחד, און בהיות ווי עס איז דאָך פערשידן דער אינהאַלט פון דעם וואָס "ער איז אַלץ" ביז דעם אינהאַלט פון דעם וואָס "אַלץ איז ער", דערפאַר איז אין דעם ר"ת פון דעם וואָרט ווערט געלייענט ישר והפוך.

די דריי אותיות פון דעם וואָרט אחד איז יעדער אות האָט אַ בעזונדער בעדייטונג7, דער אות אלף בעדייטעט אין סוף ב"ה אלופו של עולם — דער אומבעגרעניצטער, גילויבט איז ער, דער האַר פון אַלע וועזנהייט, דער אות ח' בעדייטעט, די ערד מיט די זיבן הימלען, דער אות ד' בעדייטעט, די פיר זייטן פון דער וועלט.

אחד, ער איז אַלץ, א' אין סוף ב"ה האָט בעשאַפן, ח' די ערד און די זיבן הימלען, ד' אויך די פיר זייטן פון דער וועלט.

אחד, אַלץ איז ער, ד' די פיר זייטן פון דער וועלט, ח' און די ערד מיט די זיבן הימלען זיינען בטל ומבוטל פאַר דעם א' אין סוף אלופו של עולם, און דערפאַר זאָגט מען הוי' אחד, און ניט הוי' יחיד, וויילע דער וואָרט אחד בעטאָנט דעם ענין האחדות, דאָס הייסט די געטליכקייט איז מלובש בלבוש הטבע, טבע'דיקע געטליכקייט.

ג. דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, און דער שרש החסידות איז חיות אלקי גלוי, דערפאַר איז חסידים פאַרשטייען אַ זאַך ריין קלאָהר, די עצם זאַך איז באמת, אָהן שפּאַקולן און אָהן אַ שלייער, נאָר דער חסידות'שער פאַרשטאַנד איז מיט ריינעם חסידות'ן שכל.

דער יסוד החסידות איז שכל עצמי, און דער שרש החסידות איז חיות אלקי, וואָס יסוד איז דער גרונד אויף וואָס די זאַך האַלט זיך, איז דאָך דער יסוד אונטער דער זאַך, וועלכע שטייט אויף אים, און שרש איז דער וואָרצעל פון וואַנען די זאַך וואַקסט, איז דער שרש העכער פון דעם, וואָס עס קומט פון דעם אַרויס.

הערות

  1. 8. ראה תו"א וארא נה, ב ואילך. אמרי בינה שער הק"ש פ"ח. סהמ"צ להצ"צ קכד, אב. ובכ"מ.
  2. 10. ראה גם ד"ה קמתי אני תרס"ו (המשך תרס"ו — קה"ת, תנש"א) ע' תקסח. ספר השיחות תורת שלום ע' 64. סה"מ ה'ש"ת ריש ע' 141. אגרותקודש ח"ג ס"ע תקלט. ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 229; תש"א ע' 47. תש"ג ע' 25. ד"ה והניף ידו דאחש"פ תשי"א (סה"מ תשי"א ע' 42). לקוטי שיחות חלק כה ע' 166 הערה 61.
  3. 7. סמ"ק הובא בבית יוסף או"ח סימן סא (ד"ה כתב סמ"ק). שו"ע ודאדה"ז או"ח שם סעיף ו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.