ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תר"ץשמחת תורה תר"ץ[ednref_1_*] 85

85

חסרון, די מעלה איז, וואָס עס איז אַ חצי תשובה, און דער חסרון איז, וואָס עס איז מער ניט ווי אַ חצי תשובה, אָבער דאָס בעווייזט אויף דער התאחדות פון השכלה והשגה, השכלה איז דער מקור האור דהשגה, און השגה בעלייכט די השכלה.

אַז דער בעש"ט נ"ע האָט געפרעגט משיח'ן, און משיח האָט געענטפערט, הייסט דאָס אַז אין דעם ענין פון ביאת המשיח, איז שאלת הבעש"ט נ"ע די השכלה, און תשובת משיח די השגה.

די השכלה איז, אימתי קאתי מר, ווען קומט משיח און די השגה, וואָס הייסט דער פאַרשטאַנד, איז לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, וואָס עס האָט אַ צווייענדיקע בעדייטונג, א) אַז עס וועלין זיך צושפּרייטן דיינע קוועלין אין דרויסן ב) און אַז דיינע דרויסנדיקע קוועלין וועלין זיך צושפּרייטען.

ווי געזאָגט, אַז אַ שאלה ותשובה, איז די שאלה דער בנין, און די תשובה איז די בעלייכטונג פון דעם בנין, איז דעם בעש"ט'ס נ"ע שאלה, די השכלה פון דעם בנין ביאת המשיח בב"א און די תשובה פון משיח'ן, די בעלייכטונג אין דעם בנין ביאת המשיח בב"א, דאָס מיינט דעם פאַרשטאַנד.

פאַרשטאַנד האָט אַ יסוד אויף וואָס ער איז געבויט, און אַ שרש פון וואַנען ער וואַקסט.

דער טייטש פון יסוד און שרש איז, אין יעדער זאַך איז פאַראַן דער גוף פון דער זאַך, ווי איידיל אַ גוף רוחני כמו סברת השכל, זאָל ניט זיין, איז דער חיות השכל איידעלער, יסוד איז דער גרונדלאַגע וואָס האַלט דעם גוף און שרש איז דער מקור פון דעם חיות.

אין שכל איז אויך פאַראַן אַ יסוד און אַ שרש דאָס הייסט, אַז אין יסודי השכל איז פאַראַן אויף צוויי אופנים, א) יסוד איז דער גרונד פון דעם שכל, דער יסוד איז נידעריקער, און דער פאַרשטאַנד איז העכער כמשל הבנין וואָס דער יסוד איז למטה והבנין על גבו. ב) שרש איז דער וואָרצעל פון דעם שכל, דאָס הייסט אַז דער יסוד איז העכער און דער פאַרשטאַנד איז נידעריקער.

ב. אונזער חסידות'שער פאַרשטאַנד איז געבויט אויף חסידות, דאָס הייסט אַז דער יסוד איז שכל עצמי, און דער שרש איז חיות אלקי גלוי, ניט דער טבע'דיקער אלקות.

אַלע אידן ווייסין מיט אַ הכרה עצמית, אַז הוי' אחד6. דער וואָרט אחד איז אַ ר"ת7, מיט צוויי אינהאַלטן אין דער בעדייטונג פון וואָרט אחד.

דער וואָרט אחד זאָגט אַרויס דעם מיין פון דעם אויבערשטנ'ס ב"ה איינצלהייט, אַז דער אויבערשטער ב"ה איז איינער.

אין חסידות פרעגט מען8, דער ריכטיקער אויסשפּראַך אויף בעצייכענען און בעטאָנען איינצלהייט איז דער וואָרט יחיד, און ניט אחד, דער וואָרט אחד בעטאָנט איינער, אָבער עס שליסט ניט אויס אַז מעהר איז ניטאָ, דער וואָרט אחד זאָגט אַז ער איז דער ערשטער, ווי עס שטעהט9 ויהי ערב ויהי בקר יום אחד, אָבער דער וואָרט יחיד

הערות

  1. 6. ואתחנן ו, ד.
  2. 7. סמ"ק הובא בבית יוסף או"ח סימן סא (ד"ה כתב סמ"ק). שו"ע ודאדה"ז או"ח שם סעיף ו.
  3. 8. ראה תו"א וארא נה, ב ואילך. אמרי בינה שער הק"ש פ"ח. סהמ"צ להצ"צ קכד, אב. ובכ"מ.
  4. 9. בראשית א, ה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.