77

להאיר אור, און ווייל אויף "תורת אמת" איז דאָך דער אור מקיף און אור זכות נשיאינו — זאָל דאָס אייך געבן כחות להאיר אור בעולם.

באמת האָט מען געדאַרפט פאַרברענגען בפרטיות, נאָר מסתמא פאַרברענגט דאָך דער משפיע ומנהל ר' אלטער11 לעתים תכופות, במילא איז דאָך די יסודות הענינים ידוע, און מיר זיינען דאָך מוגבל בזמן דאַרף מען ריידען חסידות און פון די ווערטער זאָל בלייבן אַ רשימה ביי מיר און ביי אייך.

הגם שעפ"י מה שמסר לי המשפיע אַז מ'לערנט חסידות און ס'איז פאַראַן אַזעלכע וואָס זיינען שייכות צו עבודת התפלה, וואָס תפלה מיינט מען ניט נאָר אַרויס פון דער שלילה פון ניט דאַוונען, נאָר עבודה שבלב זו תפלה, דאָך דאַרף מען זאָגן אַז די כוונה איז להאיר אור בעולם, ניט אַז דער עולם זאָל פאַרשלעפּן נאָר מאַכן פון עולם — תורה.

[אחרי השיחה אמר מאמר דא"ח ד"ה אתה הראת לדעת כו'12.

לפני שיצא מאולם הישיבה ביקש כ"ק אדמו"ר שכל תלמידי הישיבה יתאספו סביבו, ואמר:]

זייט אַלע געזונט, איך פאָר אַוועק, נאָר מ'גייט ניט פאַנאַנדער, דער מקום איז ניט תופס מקום ממילא גייען מיר זיך ניט פאַנאַנדער, אחד מכם יהי' לרבבה להאיר אור.

דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער כח פון נשיאינו וואָס ער גיט אונז דעם כח אין עבודה אלקית בלימוד ועבודה שבלב, זאָל אייך העלפן אַז ס'זאָל זיין "וידגו לרב בקרב הארץ"13, אַז ס'זאָל זיין "ותורה אור"14.

זייט געזונט, אַ גוטע נאַכט.

הערות

  1. 11. הרה"ח ר' אלטער שימחוביץ. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 24 הערה 3. לעיל ע' 54 הערה 4.
  2. 12. נדפס בסה"מ תרפ"ט ע' 227 ואילך.
  3. 13. ויחי מח, טז.
  4. 14. משלי ו, כג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.