76
מ'זאָל האָבן מיט וואָס צו גיין אין מאַרק, איך מיין ניט למעט בדמות שאר הישיבות, נאָר אין דער התיסדות איז די כוונה להאיר אור.
ובעוד פעם שפּעטער אמר אאמו"ר: די פנימי' פון ברכת התורה איז ווי ס'שטייט ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו, תורה זאָל מאיר זיין אין עולם און מאַכען פון עולם — תורה, מאיר זיין אין עולם און מאַכען פון עולם — אלקות.
די "תמימים" אין רוסלאנד וואָס זיינען זינט התיסדות "תומכיתמימים" שוין עטלעכע און דרייסיג יאָר, זעהט מען יעצט זייערע כחות אין תוקף מס"נ על התורה, הגם אַז מ'הויבט זיך אָן דערמאָנען אויף זייער מצב דוחק ולחץ הן בכותלי ביהמד"ר און הן בכלל אין רוסלאַנד איז זייער מצב מחריב די האַרץ, אָבער דאָס איז דאָך אַלץ אַז מ'שטייט למטה אויף דער ערד. אָבער אַז מ'הויבט זיך אויף אַ טפח העכער6 זעט מען אַז מצד די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף און ירידת התורה אין בריאת העולמות בכלל — איז זייער תוקף במס"נ אַ ענין גדול.
כאָטש זייערע יסורים איז דאָך זייער שווער צו טראָגן, זייער מיעוט חלבודם, ניט קיין געגעסענע ניט קיין אויסגעשלאָפענע, אָבער דאָס אַלץ איז אַז מ'איז אויף דער ערד, אָבער אַז מ'הויבט זיך אויף אַ טפח העכער, איז זייער מס"נ אַ ענין גדול מאד.
זייערע כחות אין תוקף מס"נ בתלמידי תלמידיהם, אַז קינדער פון 1210 יאָר גייען בשמחה לבית האסורים פאַר לערנען און מ'איז זיי מייסר בכמה ענינים זיי זאָלן זאָגן ווער האָט מיט זיי געלערנט, זאָגן זיי: בשום אופן ניט. כאָטש שטעך זיי און טו זיי כל מיני יסורים ר"ל, דאָך זאָגן זיי ניט7.
"תורת אמת" איז דאָך אַ המשכה און סניף פון "תומכיתמימים"8, לכן איז די תלמידים שהיו בתחלת ההתיסדות ועליהם נתוספו עוד הרבה כן ירבו, אַז מ'זאָל ווינטשן דעם תוקף פון מס"נ דאַרף מען ניט, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער דוחק ולחץ זאָל אַראָפּגיין און ס'זאָל ניט זיין קיין מניעות ועיכובים אויף תורה ומצות, וואָס מניעות ועיכובים האָט יעדערער, ניט נאָר אין רוסלאַנד. אין גלות איז דער גאַנצער כדור הארץ. עס איז דאָ נסיונות מניעות ועיכובים און מ'דאַרף דאָס דורכגיין, וואָס דער כללות עוה"ז "והיו ימיו מאה ועשרים"9, איז נאָר אַ דורכגאַנג, נאָר מ'דאַרף וויסן אַז די כוונה איז להאיר אור בעולם און מאַכן פון עולם — תורה.
און אַזוי ווי איך בין דער מנהל כללי פון אַלע ישיבות10 און ווי דער טאַטע (אאמו"ר) האָט מיר איבער געגעבן בחייו בעלמא דין ובחייו בעולם העליון, איז ער דורך מיר אייך מצוה ומזהיר, אַז איך קאָן נאָר פירן ישיבות שענינן הוא
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.