68
פורים תרפ"ט
דיבר הרבה אודות ביאת המשיח בקרוב, ואמר: באַ מיר איז איצט די ברכה איך זאָל בענטשן מיט אריכות ימים [...], וואָס איך ווייס אַז זיי ווילן די ברכה, ווייל געוויס בקרוב ממש וועט זיין ביאת המשיח, און טאַקע ניט דער משיח וואָס מיט קויפן ערד אין ארץ ישראל והדומה, רק דער משיח וואָס מיר וואַרטן, וואָס אַלע וועלן זיין דאָרטן און דער טאַטע אויך.
ואח"כ בהמשך הדברים אמר לר' מרדכי דיסנער1 שביקש ברכה: איך בענטש דיך און דיינע קינדער. דיינע קינדס קינדער וועט שוין דער טאַטע בענטשן, און טאַקע בעוה"ז.
יעדערער זאָל זיך דערמאָנען ווי ער איז געווען אין די 10 מינוט וואָס ער איז געשטאַנען באַ דעם טאַטן, און ווי איז ער איצט, און אַז ער וועט זיך דאַרפן ווייזן פאַר'ן טאַטן.
ואח"כ דיבר ההפרש שבין חנוכה לפורים, איך שפורים הי' המס"נ באופן נעלה, חנוכה האָט מען מלחמה געהאַלטן2, מתתי' ובניו זיינען געגאנגען אויף מס"נ אָבער זיי האָבן אויך מלחמה געהאַלטן. פורים האָט מרדכי גאָרניט געטאָן, מ'איז אַ יאָר געשטאַנען אין
הערות
- 1. ר' מרדכי חפץ מדיסנא. שו"ב בריגא. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 18 ובהערה 39. נזכר לעיל ע' 41. וש"נ.
- 2. ראה שבת כא, ב. מגילת אנטיוכס. שמו"ר פט"ו, ו. רמב"ם הל' חנוכה פ"ג ה"אב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.