64
יב. מיין מחותן23 איז אַ מקובל, איז ער מסביר24 דעם ענין פאַר וואָס די חתונה25 איז אין כסלו ווי ער איז מסביר. נאָר איך זאָג אַז כסלו איז אַ חודש השלישי פון פנימיות התורה26.
יג. איך בין ניט גענאַרט באַ זיך אין עלמא דין ועלמא דאתי איז איין זאַך, ווער עס איז זוכה איז עולה נשמתו אין ג"ע התחתון און ווער עס איז זוכה מער איז עולה נשמתו לג"ע העליון, די נשמות וועלכע זיינען איצט געווארן זיינען ניט נתהווה געוואָרן איצט נאָר עלה ברצונו ית' פון פריער.
ואת ערובתם יקח27, איך בין ניט איך (באַ דיר איז דו), איך גיב אַוועק מיין בשר מיין נפש מיין רוח נשמה חי' יחידה פאַר אייך, אייך קען מען רופן אויף חתונה און מיך אַוועק שיקן פאַר אייך, איך בין אַ משפך אַז עס פאַרגיסט זיך איז די לייקע שולדיק, אַז עס פאַרגיסט זיך ניט איז אַ מעלה פאַר דער לייקע, אַז מען זאָל מיך פרעגן וואָלט איך אפשר געזאָגט גיב מיר ניט די מעלה ניט דעם חסרון, נאָר איך בין אַ טאַטנס אַ קינד איך האָב אמונה פשוטה אַז איר וועט מיר ניט פערוואַרפן28, אייער
הערות
- 23. הרה"ג והרה"ח וכו' המקובל מוהר"ר לוי יצחק ז"ל שניאורסאהן — אביו של כ"ק אדמו"ר. נולד ח"י ניסן תרל"ח — נסתלק כ' מנחםאב תש"ד. ראה אודותו ספר "תולדות לוי יצחק" (קה"ת, אה"ק, תשד"מ).
- 24. ראה מכתבו מיום ו' כסלו תרפ"ט ומכתבו מיום ח' כסלו תרצ"א — נדפסו בלקוטי לוי יצחק אגרותקודש ע' רה. ריז.
- 25. של כ"ק אדמו"ר והרבנית הצדקנית מרת חי' מושקא נ"ע ז"ל.
- 26. ראה שיחת ש"פ וישב, כא כסלו תשי"ד: "כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט אויף דער חתונה דעם טעם פארוואס די חתונה איז בחודש כסלו, האט ער געזאגט: "דער מחותן — ער האט געמיינט דעם טאטען — איז דאך א מקובל וועט ער דאס מסביר זיין עפ"י קבלה, אבער איך זאג אז דער טעם וואס די חתונה איז בחודש כסלו דוקא, וויילע חודש כסלו איז דער חודש השלישי דער זמן פון מתן תורה". ד.ה. אז אזוי ווי אין די חדשי הקיץ וואס בכללות איז דאס — א ענין פון מלמעלה למטה — מדריגת הצדיקים[ednref_24_*], איז בחודש השלישי פון חדשי הקיץ וואס דאס איז חודש סיון, געווען מתן תורה פון גליא דתורה, וואס איז שייך ביותר צו עבודת הצדיקים, אזוי איז בחדשי החורף וואס זיינען בכללות מלמטה למעלה, מדריגת בעלי תשובה, איז חודש השלישי וואס דאס איז חודש כסלו, דער זמן פון התגלות פנימיות התורה". וראה גם לקוטי שיחות ח"א ע' 75. ספר השיחות תשמ"ט ח"א ע' 78. תנש"א ח"א ע' 163. תשנ"ב ח"א ע' 147. ע' 158. ח"ב ע' 483. ובכ"מ.
- 27. ע"פ שמואלא יז, יח.
- 28. ראה שיחת ש"פ וישב, כא כסלו תשי"ד: ידוע וואס ער [כ"ק מו"ח אדמו"ר] האט געזאגט אויף דער חתונה בשנת תרפ"ט: "איך בין א משפך, א לייקע — א משפך איז דאס וואס דורך אים גיסט מען — און בשעת ס'פארגיסט זיך א טראפן לחוץ מאנט מען ביי דעם משפך, נאר פאר זיך ארט מיר ניט, אפילו מ'זאל אלעמען איינלאדן פאר דער חתונה און מיר ניט ארט מיר אויך ניט, נאר איך האף אז חסידים וועלן מיר ניט פארלאזן". פון דעם איז מובן גודל האחריות וואס ס'ליגט אויף אונז, ווארום בשעת חסידים פירן זיך ניט כדבעי, הייסט דאך יעמאלט אז מ'פארגיסט לחוץ, און דאס איז נוגע אויך צום משפך, פארשטייט זיך דאך דער גודל האחריות, און מצד דעם וואס מ'האט ניט געפאלגט און ניט געווען מקושר כדבעי, האט געטראפן וואס עס האט געטראפן בשנת תש"י, וואס דאס איז אונזער שולד. (כ"ק אדמו"ר שליט"א בכה מאד, ולבסוף סיים:) און אעפ"כ איז דאך אויך מפיהם אנו חיים, פון די השפעות וואס ער איז אונז משפיע און וויבאלד אז די השפעות גשמיות נעמט און מ'וויל, וואס ער איז דאך משפיע על תנאי צוליב רוחניות, איז אז מ'טוט די מעשה ווערט מען במילא נתחייב אין דעם תנאי, וואס דער תנאי איז התקשרות, און התקשרות מיינט ניט נאר היטן די תקנות אזוי ווי אמירת תהלים כו', נאר אויך לערנען זיינע חסידות וואס יעמאלט ווערט נמשך די השפעות בגשמיות, און ס'וועט זיין ווי די גמרא (ברכות לב, ב) זאגט "מלאכתם מתברכת". [edn_24_*] ראה סד"ה ביום השמע"צ שנה זו (סה"מ תרפ"ט ע' 70). וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.