63

אַ זאַך וואָס איז ווייט פון אייך, דאָס שטייט אין אייערע ד' אמות אָבער איר שטופּט אַוועק פון זיך און שלעפּט בלאָטע.

ט. אַז מען זאָל זיך דערמאָנען די צייט ווען היינו המסובים אצל הר סיני כו'.

התחיל אחד לבכות, ואמר כ"ק אדמו"ר: טרערן איז וויילע מען איז מפריד בין הדבקים, אָבער באַ דעם וואָס עס איז איין המשך וויינט ניט, מען דאַרף זיין תכלית הדביקות עס איז איין המשך ממש.

אַ בעל עסק אַ סוחר וויל ניט די געלט נאָר דעם שכל, נאָר אַז ער פאַרדינט איז עס אַ הוכחה אַז זיין חכמה איז אַ חכמה, און פאַרקערט ח"ו איז אַ הוכחה אַז עס איז ניט קיין חכמה.

פאַראַן אַ איד וואָס זאָגט אז מאה אלף פונט איז זיין טעקושטשי שטשיאט18 איז אַ חכמה אויף יענעמס איז אַ נאַרישקייט. אַ חסידישע ביסל משקה איז אַ מאה אלף רו"כ אויפן אייגענעם טעקושטשי שטשיאט18. אַז דוד המלך האָט דערזען אַז איינער וויל אַביסל געלט האָט ער אים געמאַכט אַ ממונה על האוצרות. אַז מען זעט אַז אַ איד וויל נתקרב ווערן צו אלקות, נאָר עס פעלט עפּעס, דאַרף מען עם געבן, און ער זאָל נתקרב ווערן — ניט נאָר א. נאָר אַלע אידן דאַרפן.

י. לחיים, דער אויבערשטער זאָל אַייך העלפן אַז די בראַנפן זאָלן אַריין אין אַ פנימיות, די פנימיות פון אַ אידן איז זייער טייער ווען איר וואָלט וויסן אייער אינוועניג ווי טייער דאָס איז — אפילו די וואָס גאָלן זיך איז אויף זיי אַ רחמנות (ה' לאוין)19 — אָבער זיי זיינען טייערע אידן דער אינוועניג דער נקודת היהדות, אפילו די וואָס דאַוונען שבת מיט דעם ערשטן מנין שבת כדי נאָך דעם איך ווייס ניט וואָס [לא רצה לאמרו בפה], ער וועט זיך אויסהיטן ניט שרייבן, פון אַנדערע מלאכות, אָבער עס איז פאָרט חילול שבת, נאָר אינדערפרי גאַנץ פרי לויפט ער דאוונען — ווי וועט ער שבת ניט דאַוונען מיט אַ מנין? עס איז דאָך שבת, און דער לויפן דאַוונען איז זייער אַ טייערע זאַך.

דער אויבערשטער זאָל אויף זיי רחמנות האָבן און זאָל זיי העלפן אַז זיי זאָלן ניט דאַרפן מחלל שבת זיין.

יא. איצט איז עקבות משיחא, פאַר אַ סטאַנציע20 הויבט זיך אָן פיל וועגן איז דאָ איין ליניע21 אַ גלייכע ליניע און ווי עס קומט נעענטער צום סטאַנציע הויבט זיך אָן פיל ליניעס, און דאָ איז ערשט אַ סכנה ער זאָל זיך ניט אַריינפאָרן אויף אַ וועג וואָס עס קען ח"ו זיין אַ קאַטאַסטראָפע22, דאַרף מען זיך זייער היטן גיין מיט די גלייכע וועג.

אַזוי אויך איז פאַר משיח'ן דוכט זיך אַז עס איז דאָ פיל וועגן, אָבער דער אמת איז אַז מען דאַרף זיך היטן די איין וועג, דעם דרך הישר בכדי מען זאָל ניט זיין קיין מסוכן.

הערות

  1. 18. חשבון עובר ושב.
  2. 19. ראה לעיל ע' 35. וש"נ.
  3. 20. תחנה.
  4. 21. קו.
  5. 22. אסון.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.