62
לא טוב, דאַרף מען עס12 אַוועקשיקען אין ארץ גזרה.
ה. הערט אידן, מאָרגן וועל איך מיט אייך ניט ריידן די רייד וואָס איך רייד היינט, זאָל עס נחקק ווערן בפנימיות הלב:
דער טאַטע וואָס הערט איצטער דברי הרב פון אל"ף ביז תי"ו גיט ער יעצט דורך מיר איבער.
מען12 זאָל זיך אויסלערנען משניות בעל פה כל חד לפום שיעורי' דילי', און געהן אין גאַס און חזר'ן משניות, דערמיט וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין פני המשיח.
חסידים דאַרפן לערנען חסידות: סתם חסידים — יום שני, יום חמישי ויום השבת, תמימים — שעה אחת בכל יום.
אותיות התורה ווערן אָנגערופן "סוסים"13, אותיות התורה זיינען אַ תשועה, אָבער באַ אַ משכיל איז "שקר14 הסוס לתשועה וברוב חילו לא ימלט הנה עין הוי' אל יראיו" קיין ענין ניט, נאָר פנימיות ועצמיות א"ס ב"ה.
אותיות כשהן לעצמן טראָגט אַרויס אַז מען מאַכט אַ ברכה "אשר בחר בנו" ו"אשר נתן לנו תורת אמת" איז דאָך אותיות טראָגט אַרויס, אָבער אַז מען מאַכט דערפון מושכלות איז "שקר הסוס לתשועה", מען דאַרף האָבן קבעומ"ש.
ו. אמר לכל ההמון: הערט אידן איך וויל אייך זאָגן ווער איך בין. איך בין אַ ליטוואַק, אַ ליטוואַק גלויבט ניט אויף באָרג15. איר זייט אַלע געקומען אַהער מיט השגחה פרטית, קיינער האָט אייך ניט גערופן, קיינער האָט אייך ניט געשיקט קיין בילעטן. איר געהערט אודאי צו אַ אגודה פון "חברה ש"ס" "חברה עין יעקב", תורת הבעש"ט האָט אונז געלערנט דעם ענין פון הוכחה, אַז אַלע חסרונות זאָל מען זען אין זיך16. אַז מען זעט אין יענעם אַ חסרון שפּיגלט זיך אָפּ אַליין. מען זעט אַמאָל אין שפּיגל אַ חי' רעה און דאָס זעט אויף יענעם אַ חסרון. איך באַשולדיק אייך ניט, נאָר איך בעט בלשון בקשה, אַז איר זאָלט זען קובע זיין עתים לתורה, קיין טאָג זאָל ניט דורכגיין ניט געלערנט, פון דעם טיפסטן ענין ביז דעם פשוט'ן, אַלע דאַרפן לערנען כל חד לפום שיעורא דילי'.
ז. אמר לאחד: מאַכט אַ חדר מיט מס"נ. איר זייט ניט קיין קבצן ניט קיין אָרימאַן מ'גייט ח"ו ניט קלייבן וכו', פאַרקויף אַלץ וואָס דו האָסט און מאַך אַ חדר מיט מס"נ.
ח. לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן בזכות פון רבי'ן אַז עס זאָל נתעורר ווערן די נקודת פנימיות הלב אַז וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט זאָל מען דערהערן רצונו ית', אין בעל הנס מכיר בניסו17 מיינט ניט אַז דאָ גיט מען אייך
הערות
- 12. כ"ה ב"היום יום" שם. וברשימה אחרת: דארף מען אים.
- 12. קטע זה ושלאח"ז הועתק ב"היום יום" כא כסלו.
- 13. תו"א בשלח סב, ג. לקו"ת שה"ש ב, ד ואילך. מאמרי אדה"ז הנחות הר"פ ע' א. אוה"ת ויחי ח"ו תתשמג, ב ואילך. ובכ"מ.
- 14. תהלים לג, יזיח.
- 15. ראה גם ספר השיחות: תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 112. תש"ה ע' 13; אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ח ע' רסו. ע' רצט. ח"ט ע' קיג. ועוד. לקמן ע' 170.
- 16. ראה גם לעיל ע' 16. ע' 37.
- 17. נדה לא, א. וראה אוה"ת (יהל אור) לתהלים ע' קנד. ד"ה כימי צאתך מארמ"צ תשל"ח (סה"מ מלוקט ח"ה ע' שז ואילך).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.