ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרפ"טליל ב' כ' כסלו, תרפ"ט, ריגא61

61

מאיר זיין אור. אַ שמש דאַרף ניט פאָלגן די בע"ב, נאָר די בע"ב דאַרפן אים פאָלגן.

אַ שמש דאַרף ניט נאָר געבן אַ סידור, ער דאַרף אַ סידור אויך געבן, נאָר ער דאַרף געבן אויך אַ תהלים, אַ משניות, אַ עין יעקב, ער דאַרף מאַכן אַ "חברהמשניות" צי עין יעקב צי וואָס עס זאָל ניט זיין.

אַ שמש דאַרף זען אַז זיין מנין זאָל זיין אָפן כ"ד שעות7.

פעם א' הי' אצל הצ"צ פינצטער אמר "קראו לשמש ויאיר אור", ומקרא מלא דיבר הכתוב8 "קרא לשמש ויזרח אור".

צוה לקחת משקה, ואמר: עס דאַרף זיין מרפא ארעא כמו המטר דמרפא ארעא.

ושאל אחד: הרי צ"ל חרישה מקודם?

והשיב: ודאי כן הוא.

ואמר אחד: וואָס טוט מען מיט דעם געזונט.

ואמר: אודאי שא"צ ליקח אַז מען פילט אַז דאָס איז מזיק לבריאות. אָבער אין אַלע ענינים קוקט מען דאָך ניט אַזוי פיל אויף דעם געזונט, עס איז דאָך פאַראַן ענינים וואָס שאַטן אויף אַ אמת צום געזונט און מען טראַכט גאָר ניט אַזוי פיל, און דאָ האַלט מען זיך אָפּ.

ווען עס פאַלט מחשבות זרות אין דאַוונען איז עס דאָך אַ גרויסע קשיא: אין עניני העולם אַז מען רעט דברים בטלים פאַלט ניט קיין מחשבות זרות און דוקא אין דאַוונען פאַלט אַריין מחשבות זרות.

וכן בכל הענינים: ער קומט אַהיים אַ פאַרהאָרעוועטער פון געשעפט, און זאָגט: שוין לאַנג ניט געווען באַ חיים'ן, באַ יענעם באַ דעם, מיט אַ וויזיט — מען דאַרף אַריין גיין. און אויף דעם איז דאָ צייט, און אויף קובע זיין עתים לתורה איז ניטאָ קיין צייט.

מיר זיינען אַזעלכע חכמים מען האָט שוין אַלץ אויסגעלערנט טיפער און נאָך טיפער, מען דאַרף אָבער עס זאָל זיין אינעווייניק און נאָך אינעווייניקסטער נאָך מער האָרעווען נאָך מער צובראָכן, אָבער יענעם זאָל דאָס אָנרירן קען זיין אַז עס איז צו פיל.

ד. אמר לרי"ב, דער אויבערשטער זאָל העלפן אייערע תלמידים זאָלן מקדש זיין ש"ש ברבים, איר האָט זיך געלאָזן שווימען אויף די הויכע גראָז וואָס וואַקסט אין בלאָטע, איר פאַרשטייט דאָך ווי הויך איז די גראָז אויף בלאָטע, איז נאָר איר שווימט. דער אויבערשטער זאָל געבן אַז איר זאָלט אייערע אויספירן, און דעם לא טוב זאָל מען אַוועקוואַרפן אין אַלע שוואַרץיאָר אין ארץ גזרה.

לא טוב9 האָבן מיר אַלע. שעיר לעזאזל10 איז געווען אַן עבודה אין בית המקדש11. וויבאַלד אַ נברא11 איז דאָ

הערות

  1. 7. ראה גם לעיל ע' 51.
  2. 8. "אל אדון" בתפלת שחרית דשבת. — מצינו בכמה מקומות הלשון "דכתיב", על נוסח התפלה — ראה הערת כ"ק אדמו"ר בהערות ותיקונים לתניא מו, ב. בסה"מ תש"ט ע' 150.
  3. 9. קטע זה הועתק ב"היום יום" כד ניסן.
  4. 10. אחרי טז, ה ואילך.
  5. 11. ביאור ענין "שעיר לעזאזל" ע"ד החסידות — ראה מאמרי אדה"ז תקס"ב ח"א ע' לז ואילך (ועם הגהות — אוה"ת יוהכ"פ ע' א'תקסו ואילך). תק"ע ע' קעז ואילך. סה"מ תרע"ח ע' לו ואילך. פר"ת ע' קפב. ועוד.
  6. 11. אוצ"ל: וויבאלד בא א נברא.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.