ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרפ"טליל א, י"ט כסלו, תרפ"ט, ריגא59

59

ה. אחד ביקש שיאמר דא"ח, ואמר כ"ק אדמו"ר: מען איז מיר מכריח צו ריידן חסידות, אויף ריידן חסידות דאַרף מען האָבן די כותלי החדר, אַ נשמה איז מלובש אין אַ גוף און אַ גוף אין לבושים און די לבושים אין כותלי החדר, און דאָס איז די הכנות צו ריידן חסידות. נאָר מען איז מיר מכריח איז אָן אַ אישור און אָן אַ יאַרליק23 כו'.

ו. מקדשין את החג. פאַראַן דער חילוק פון שבת ביז יו"ט, שבת איז מיקדשא וקיימא24 און יו"ט דאַרף האָבן ב"ד זאָלן מקדש זיין25. י"ט כסלו איז ווי שבת און מען האָט דאָס מקדש געווען, נאָר מען דאַרף עס אויך מקדש זיין.

אמר אחד ששמע מאיש זקן מראדמיסלא26 ששמע מחותנו ר' זלמן מאיר רפאל'ס27 אַז דער אלטער רבי האָט געזאָגט: איך האָב מקדיש געווען דעם טאָג פון י"ט כסלו אַזוי ווי יוה"כ, אַז וואָס אַ איד וועט בעטן וועט ער אויסבעטן.

ויען כ"ק אדמו"ר: עס איז נשקשה. ואח"כ חזר הדברים כמה פעמים בהמשך הלילה.

ז. אמר לסוחר אחד שבהליכתו מקאנטאר לקאנטאר28 יחשוב לכה"פ בקיצור שנתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים29.

אמר בדרך צחות: מען דאַרף אַביסל אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, איי אַז איר שיקט מיר צו אַ אוטא און איך פאָר אין עם דאַרף איך טראַכטן נאָר חסידות, נאָר איר דאַרפט אַ וויילע אַ טראַכט טאָן אַז נתאווה, און מיט דעם מאַכט מען אַ כלי צו אלקות.

ודיבר עוד להנ"ל אודות שבת, שלא יהי' במסחרו שום חילול שבת ושגם בטלפון לא ידבר בשבת, מען דאַרף וויסן אַז א. ענטפערט ניט שבת, ניט א. ניט ב. און ניט ס. ממילא וועט ש. אויך ניט ענטפערן.

אמר א. הנ"ל אַז די געשעפטן זיינען ?לאָה.

אמר לו כ"ק אדמו"ר: דער אויבערשטער וועט העלפן אַז עס וועט ווערן פון ?לאָה ווייס. [והוסיף כ"ק אדמו"ר:] א. האָט געדאַרפט געבן 100 צערוואָניצעס30 אויף תומכיתמימים און ער האָט ניט געגעבן דעריבער איז ?לאָה, איך האָב עס געוואוסט פריער, ר' יוחנן

הערות

  1. 23. תווית.
  2. 24. ראה ביצה יז, א.
  3. 25. ראה ברכות מט, א.
  4. 26. הישיש [ר' נחום[ednref_23_*]] מראדמיסעל. חותנו ר' זלמן בן ר' מאיר רפאל'ס מווילנא מחסידי אדה"ז. אביו [שהי' גם גיסו של ר' זלמן הנ"ל] הי' מחסידי אדה"ז שבשקלאוו. ואדמו"ר הצ"צ אמר שאביו הי' ממנין הבינונים שעשה אדה"ז ממתנגדי שקלאוו. רשימת רבנו משנת תרס"ח — אגרותקודש ח"ז ע' טז. יגדיל תורה ניו יארק שנה ג חוברת לא ע' שכז ואילך.
  5. 27. אודות ר' מאיר ב"ר רפאל — ראה בית רבי חלק א פכ"ו (עג, א). כרם חב"ד גליון 4 חלק א ע' 35 ואילך. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 54.
  6. 28. ממשרד למשרד.
  7. 29. תנחומא נשא טז. ועוד. תניא פל"ו.
  8. 30. שם מטבע לפנים ברוסיא. [edn_23_*] ראה שמועות וסיפורים ח"ג ע' 159. לשמע אזן (הוצאת תש"נ) ע' קיז [ושם, שהי' חתנו של גיסו של ר' מאיר רפאל'ס]. ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.