52
ווייסן יע דיסציפּלין, נאָר עפ"י השכל. אין ליובאַווויטש איז געווען פקודות, און די וואָס האָבן זיך געהאָדעוועט אויף פקודות זיינען ווי אַ קאָזאַק.
אַ קאָזאַק בעת ער זעצט זיך אויף דעם פערד, יעמולט איז ער און דער פערד מיט דער פיקע96 איין זאַך.
אַזוי די וואָס האָבן זיך געהאָדעוועט אין ליובאַוויטש, איז די אותיות התורה — דאותיות התורה הם הסוסים — והלב, כמשל די פיקע, מיט דעם מוח (דער השגה) — איין זאַך.
ושאל אחד: א"כ המוח בהמשל הוא הקאָזאַק.
והשיב: כן. המוח כשיש לו לב ואותיות התורה איז ער אַ קאָזאַק.
ושאל אחד: מפני מה הלב נמשל לפיקע.
והשיב: לפי שהלב מביא אל הפועל.
כב. אח"כ שאל אחד: מאחר דבשנה זו העיקר (הכלי) הוא קו השמחה, א"כ יהי' עבודה בנקל יותר.
ואמר כ"ק אדמו"ר: באַ יושבי אהל איז ניטאָ קיין גרינג, מיר ווייסן ניט פון גרינג, מיר ווייסן נאָר פון שווער. נאָר עס איז זיס, אַ זיסע עבודה (חסר קצת), אַ זיסע עבודה, זיס אָבער שווער.
אַ בעל עסק האָט דאָך גרינגע עבודות, ער שטייט אויף אינדערפרי און לויפט דאַוונען, ער זאָגט טאַקע גיך, אָבער ער האָט זיין עבודה, ער לויפט אין גאַס, באַגעגנט עם איינער און בעט ביי אים אַ גמילתחסד, אַ פינףאוןצוואַנציקער. ענטפערט ער: אויב אויף אַ טאָג צוויי, גיב איך דיר. און נעמט אַרויס און גיט גלייך.
וואָס אַ יושב אהל איז ניט דאָס זיינע עבודות.
— ער דאַרף אויך לייען אַ גמ"ח והדומה, אבל לא זהו עבודתו כלל —
און ער דאַרף האָרעווען שווער ווי דער סדר היום איז, ברכות השחר דאַרף ער ניט זאָגן במהירות נאָר במתינות, און הערן פירוש המילות, און הכוונה פון כובד ראש קודם התפלה97, או בעת התפלה.
וואָס באַ אַ יושב אהל איז ניטאָ קיין גרינגע, וויילע מיר זיינען דאָך פראָנטאָוויקעס ווי נא שטאכי
זיי98 האָבן גענומען אַ וואָרט "חלוץ", בשעת מען לייענט (דעם וואָרט "חלוץ") אין דער תורה99, איז מיר זייער שווער דאָס וואָס זיי האָבן גענומען דעם וואָרט.
אָבער מיר זיינען דאָך פראָנטאָוויקעס, און אַז מען איז אויף דעם פראָנט שטייט מען אין מס"נ, ער דאַרף גיין נא שטאכי.
מיט איין וואָרט: באַ יושבי אהל איז ניטאָ קיין גרינג, נאָר זיס — דאָס יע.
כתיב "יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב"100, ד"אל יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה"101, הפירוש "דבר הלכה" איז "הליכות עולם לו"102, הילוך אין עולם. דאָס הייסט גילוי אלקות אין
הערות
- 96. רומח.
- 97. ברכות רפ"ה.
- 98. הציונים.
- 99. מטות לב, כא; כח; ל.
- 100. תהלים קד, כג.
- 101. ברכות לא, א.
- 102. חבקוק ג, ו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.