51
והשיב: ודאי כן, דבענין התיקונים הוא אַ ריצעפּט, וואָס אפילו די עניני התיקונים וואָס שטייען איז דאָך אויך ניט אַלעמען גלייך, דאָס דאַרף מען נאָר אויף יחידות.
יט. דרושי דא"ח הנאמרים בארוכה צ"ל כן מצד האומר, אבל מצד המקבלים שאין ביכלתם לקבל [...] בדרושי כ"ק אאמו"ר הרה"ק זי"ע ישנם חילוקים92, עד רס"ה בארוכה, מרס"ה בקצרה, ואח"כ ברס"ו עוד יותר בקצרה, רק שהדרושים המה שבעים, זאַטע, דרושים מיט ריבוי אור, אבל לא באריכות כ"כ.
ושאל אחד: אם הכוונה נאָר אין עבודה אָבער לערנען דאַרף מען אַלץ.
והשיב: כן. דער וואָס קאָן טאָן ממש אַלעס דאָס איז שוין אַ מתנה מלמעלה. ישנם כאלו וואָס האָבן אַ געזונטע גלגלת, דאָס הייסט ניט אין מוחין, נאָר אין גלגלת קען ער מקיף זיין אַ ענין, און ער וועט אַרויף קומען אויף דעם.
כ. צריכים להשתדל בכל עיר ועיר, אַז די שולן זאָלן זיין אָפן כ"ד שעות היום, די שולן דאַרפן קיינמאָל ניט זיין פאַרשלאָסן. אַ איד גייט אַריין אָנוואַרעמען זיך. און אַ גבאי וואָס לאָזט ניט האַלטן אָפן די שול, דאַרף מען אים אַראָפּוואַרפן, נאָר אָן מחלוקת, מחלוקת דאַרף ניט זיין. אָבער מען דאַרף זען אַז די שול זאָל זיין אָפן כ"ד שעות היום. דאָס איז אַ דין, אָט אַזוי דאַרף זיין. אַ איד אַז ער דאַרף זיך אָנוואַרעמען, גייט ער אַריין אין שול וואַרעמט ער זיך אָן מיט אַ שטיקל מדרש. מיט אַ מדרש וואַרעמט זיך אָן אַ איד.
מען זאָל מכריז זיין בכל מקום ומקום, אַז וואו נאָר עס איז דאָ אַ חסידישער מנין, זאָל ער זיין אָפן גאַנצע כ"ד שעות.
אויף די חסידישע מנינים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ זון, איך בין דאָך ניט קיין בעל דעה אויף אַלעמען, אָבער ביי חסידים בין איך דאָך דעם טאַטנס אַ קינד. איז אַלע חסידישע שולן דאַרפן זיין אָפן אַלע כ"ד שעות היום93.
שאל אחד: איך אפשר גם בלילה.
והשיב: אין כוונתי להניח הפקר ח"ו, וצריכים לסגור על זמן השינה, ואם ישן בבית הכנסת איז נאָך בעסער93. און מ'זאָל מאַכן אז איינער זאָל זיך געפינען אין שול זיצן און לערנען וועט ער במילא היטן די שול. וואָרום אַ שול דאַרף זיין אָפן אַ גאַנצן טאָג, און דאָס דאַרף זיין ווי אַ דין פון שולחןערוך, כמו בענין עמידת העמוד שצריך להיות מימין הארון94, בריחוק קצת לאמצע החדר, נגד שלחןהקריאה, אזוי דאַרף זיין דאָס וואָס די שול דאַרף זיין אָפן, אַז יעדער איד זאָל קומען דאַוונען און לערנען.
כא. אחד הזכיר על דבר משקה שיקח מצד הפקודה, ווייל מיר לעבן אויף פקודות.
ואמר כ"ק אדמו"ר: די וואַרשעווער פאַרשטייען ניט קיין דיסציפּלין95. זיי
הערות
- 92. אולי הכוונה לאופן אמירתם. ע"ד מאמרי כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע — ראה גם לקמן ע' 96 ואילך.
- 93. ראה גם לקמן ע' 61. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 38.
- 94. ראה הלכות בית הכנסת בהוספות לספר שער הכולל (להרא"ד לאוואוט). ולהעיר משו"ע אדה"ז או"ח סקל"א ס"א: והש"ץ העומד מימין הארון.
- 95. משמעת, ציות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.