48

קומען פופציק הונדערט, ניט דאָס הייסט זען זיך מיט זיי, נאָר עס זאָל אַראָפּ די הגבלות און די עלילות פון לומדי תורה, עס זאָל זיך באַווייזן דער אמת.

מיר זיינען ניט קיין פּאָליטיקער, פּאָליטיק דאָס איז ניט אונזער עסק, אונזער עסק איז נאָר מלכות שמים.

דער באַרדיטשעווער רב הר"ר לוי יצחק זצוק"ל נ"ע הי' מתפלל מוסף בר"ה לפני העמוד, וקודם שהתחיל הקדיש אמר79: דער פּרייסישער קייסער זאָגט איך בין קייסער, דער רוסישער קייסער זאָגט איך בין קייסער, וכדומה, און איך לוי יצחק בן שרה זאָג, יתגדל ויתקדש שמי' רבא כו'.

אונז איז נוגע נאָר מלכות שמים אָן גרענעצן. זאָל דער אויבערשטער ב"ה העלפן מען זאָל זיין צוזאַמען בשמחה ובטוב לבב, דעם יאָר איז די כלי דער קו השמחה, און מיט דעם וועט מען אַראָפּנעמען די מניעות ועיכובים, און אין שמחה איז פאַראַן אַ מעלה לגבי מרירות, דבמרירות הוא עדיין מסופק אם ימולא בקשתו, ובשמחה הוא בטוח שכן יהי'.

טז. אין דעם ניגון "קול דודי דופק"80 איז דער רבי — אדמו"ר הזקן — מנקה — סקראָבעט — אַ נשמה, ער נעמט אַראָפּ אַ סירכא81.

פון דער לעצטער תנועה איז קענטיק, אָט אַזוי ווי מען זאָגט, זעסט איך בין גערעכט. הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי האָט געזאָגט, אַז דער טאַטע — אדמו"ר הזקן — האָט געקענט אַריינקריכן בקרבו של חסיד און אַרויסרייסן וואָס טויג ניט, מיט חסידות אָדער מיט אַ ניגון. און דער ניגון (קול דודי) — מאָנט.

ער — הכוונה על החסיד — זאָגט, וואָס האָסטו צו מיר — כסוס שאינו רוצה לילך וכשרוצים להנהיגו שטעלט ער זיך אויף די פאָרנסטע פיס —

זאָגט מען אים אין דעם ניגון אַזוי: דער ערשטער פאַל — הוי' אלקים אמת הוא אלקים חיים82, ואמת ה' לעולם83. דער צווייטער פאַל: למה ירדה הנשמה בגוף, דער ווייטערדיקער המשך — ווייל נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים. דער דריטער פאַל איז, וואָס נשמות זאָגן, אַז די כוונה פירט זיך אויס נאָר דורך אונז, דער ווייטערדיקער המשך איז, דער הרגש המקבל אין דער המשכה.

כ"ק אדמו"ר צוה לנגן ניגון זה כמה פעמים ובכל פעם ביאר הכוונה של הניגון ע"ד הנ"ל, רק בתיבות שונות, וצוה לתפוס הניגון היטב עם הענין הפנימי שבו, ולנגנו בזמני התוועדות אנ"ש ויפעול הרבה.

יז. (אח"כ המשיך הדיבור בענין יושבי אהל:) דער וואָס איז אין דער קו פון יושב אוהל, זאָל מיט קיין אַנדערע ענינים ניט פאַרנעמען זיך, עס ווילט זיך זיי עסק, אָבער דאָס זאָלן זיי גאָרניט טראַכטן, והיא לא תצלח, זיי וועלן אין דעם גאָר ניט מאַכן.

הערות

  1. 79. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 29.
  2. 80. מעשרת הניגונים של כ"ק אדמו"ר הזקן. וראה תוי הניגון בספר הניגונים חלק א ניגון כו (ע' 2019).
  3. 81. ע"ד "סירכות הריאה" ברוחניות — ראה לקו"ת דרושים לר"ה סב, ב. סה"מ תרח"ץ ע' רפד. וראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 136. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 310. קיץ ה'ש"ת ע' 84. תש"ה ע' 119.
  4. 82. ירמי' י, י.
  5. 83. תהלים קיז, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.