46
עבודה: "כלתה נפשי" איז מצד הנפש; "כלה שארי ולבבי" איז מצד הגוף, אַז דער גוף ווערט נזדכך כל כך, ואז המזונות שלו מה שהוא ניזון הוא ברוחניות.
ע"ד ווי דער טאַטע זאָגט70 אויף דעם זיידן הרה"ק ר' נחום מטשערנאביל זצוק"ל זי"ע71 שהי' שמן בגופו מעניית אמן יהא שמי' רבא. ודבר זה נתחדש בתורתו של מורנו הבעש"ט נ"ע על ידי עבודה פנימית דוקא. דמענין השגה יהי' מזה הצהבת פנים הוא דבר פשוט, וכמא'72 צהבו פניו של ר"א שמצא תוספתא חדתא דער געשמאַק פון שכל מאַכט אַ הייליקן ליכטיקן פנים. והוא דוקא מי שמתעסק בשכל אלקי, בחכמת התורה, כי להבדיל השכל דקליפה איז ניט קיין שכל באמת, דאָס איז נאָר וראיתי איש חכם בעיניו73, אָבער באמת איז גאָר קיין חכם ניט. אָבער אין חכ' דקדושה איז פון דעם נייעס פון דער השגה ווערט אַ צהיבת פנים, אַז דער פנים איז אַ אַנדערער.
אָבער דאָס איז נאָר לפי שעה, אבל שתהי' ניזון מזה ממש, כמו שניזון מאכילה ושתי', את זה פעל מורנו הבעש"ט נ"ע בתורתו ועבודתו, והיינו שע"י עבודה פנימית ווערט קענטיק אין פנים, ווי פון אַ גוטן וואַרמעס. און מען דאַרף לכה"פ אין זמנים ידועים שטייען אַ טפח העכער פון דער ערד.
ושאל עוה"פ: איך נעשים בטפח גבוה.
והשיב: אַז מען דאַרף צופיל ניט סקראָבן די דייזע74. מען דאַרף סקראָבן וויפל מען דאַרף יעמאָלט איז גוט פאַר די דייזע און פאַר די טייג. אָבער צופיל סקראָבן טויג ניט. יעמאָלט סקראָבעט מען אָפּ די דייזע אויך.
יד. (ואח"כ אמר להרי"פ75:) אַז מען זעט אַ אידן דאַרף מען עם זאָגן ביסט אַ איד. וועט ער ענטפערן יע, און דאָס קען אויך אַרויס טראָגן דעם נקודת תוכיות לבו לחוץ, מער פאַר אַלע אַנדערע ענינים פון ביטול.
דאָס וואָס מען דערמאָנט אים אַז ער איז אַ איד, וועקט מען דאָס אויף די נקודה וואָס אין טיפן האַרצן איז פאַרשלאָסן.
דער אמת איז אַז יענעמ'ס לא טוב, דאַרף זייער דער נעמען און וויי טאָן מיט אַ אמת6, אָבער אויף דעם עצם לא טוב דאַרף מען ניט קוקן און ניט אָנזען, אויף זיך אַליין איז אַנדערש, זיך דאַרף מען טאַקע מחייב זיין אין אַלץ, אויפזוכן לא טוב אפילו דעם דקות שבדקות לא טוב, און זיין פון דעם צובראָכן, פתות
הערות
- 70. סה"מ תרע"ח ע' קצט. סה"מ תש"ב ע' 79. לקמן ע' 166. "היום היום" טו תמוז. לקוטי שיחות ח"א ע' 33. וראה גם אור תורה להרב המגיד כא, סע"א. סה"מ תרס"ט ע' נ.
- 71. אמו של רבינו הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה היתה בת הרה"ק ר' יוסף יצחק (בן כ"ק אדמו"ר הצ"צ) והרבנית מרת חנה, בת הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס, בן הרה"ק ר' מרדכי מטשערנאביל, בן הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל (ראה אגרותקודש ח"ב ע' כו). נסתלק יא מרחשון תקנ"ח (אגרותקודש ח"ד ע' תסו).
- 72. ראה ירושלמי שבת פ"ח ה"א. קה"ר פ"ח, א (ד). לקו"ת צו ט, א. מסעי צג, ב. סה"מ תרח"ץ ע' נט. ובכ"מ.
- 73. ע"פ משלי כו, יג.
- 74. מלוש (קנעטמאשין).
- 75. הר"ר יחזקאל פייגין. משנת תרפ"ז ואילך מזכירו של רבינו. — ראה אודותו: ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 51 הערה 1.
- 6. ראה גם אגרותקודש ח"ה ס"ע קא ואילך (הועתק ב"היום יום" יב כסלו).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.