ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרפ"טיום שמחת תורה תרפ"ט40

40

הייסט אַז מען דערהערט די כוונה העליונה וואָס פירט יעדערן בהשגחה פרטית און הוא ית' גיט אים כחות לעבוד עבודתו בלימוד התורה וקיום המצוות, איז אַז מען דערהערט דאָס איז גוט, אָבער אַז עס זעט זיך דער "הפועלים עצלים" טויג ניט. די עבודת האלקות דאַרף מען טאָן ווי אַ קלוגער בעל עסק, אַ קלוגער בעל עסק — ער ווייסט נאָר אַז מען דאַרף פירן דעם געשעפט, עס איז פאַראַן אַ זמן וואָס עס איז שווער צו צאָלן אין זמן, ניט וויילע עם אַרט דאָס ניט, אָדער וויילע ער איז ניט ערלעך, ער וויל צאָלן און וועט צאָלן און קען צאָלן, נאָר ער מוז דאָס טאָן מיט אַ חשבון בכדי דער געשעפט זאָל זיך קענען פירן בעזהש"י ווי מען דאַרף. א קלוגער בעל עסק ליגט אין דעם אַז דער עסק זאָל זיך פירן אָן אַ הפסק, דער וואָס ווערט נתפעל פון אַ גרויסן פאַרדינסט איז אַ נאַר, און כמו"כ הנתפעל מאיזה הפסד ח"ו איז אויך אַ נאַר.

גלגל הוא החוזר בעולם32, די וועלט איז אַ גרויסער ראָד. דער וואָס שטייט אויפן ראָד ומצליח בכל עניניו, ורוחו גבוה עליו, און איז ביי זיך ברייט אין דער דעה מיט זיינע פּאָר גראָשן, ולפעמים גם עז וכמ"ש33 "ועשיר יענה עזות", איז ער אַ נאַר. וויילע ער פאַרגעסט אַז ער שטייט אויף אַ ראָד וואָס דרייט זיך, דער וואָס חלילה די צייט איז געדריקט אין פרנסה וכו' און ער שטייט אויף דעם אונטן פון דעם ראָד, און איז באַ זיך חלילה אַראָפּ געפאַלן און דער גימיט זיינער איז אַ צובראָכענער פון זיין ניט גוטן מצב חלילה, איז אויך אַ נאַר. וויילע ער פאַרגעסט אַז ער שטייט אויף אַ ראָד, אַ ראָד איז אַ קיילעכדיקער זאַך עס איז ניט פאַראַן קיין אויבן און קיין אונטן, עס האַלט זיך אין איין דרייען זיך.

אַ קלוגער איז דער וואָס ווען ער שטייט אויבן טראַכט ער וועגן דעם וואָס די ראָד דרייט זעך, און מען דאַרף זיין אַ מענטש. און אַז מען שטייט חלילה אונטן טראַכט ער וועגן דעם אויבן.

כמו"כ אַ קלוגער בעל עסק טראַכט תמיד נאָר די ראָד זאָל זיך דרייען, עס זאָל זיך ניט אָפּשטעלן, איז יעמאָלט טאָמער חלילה איז ער אפילו אַ וויילע אונטן וועט ער בעזה"י ארויפקומען על מצב טוב.

און אַזוי בעבודת האלקות, מען דאַרף טאָן. דאָס וואָס עס קומט חובות פון עבר דאַרף מען געוויס צאָלן ביסלעכווייז אָבער דער עסק דאַרף זיך ניט אָפּשטעלן. מען טאָר ביי זיך ניט זיין געהויבן אַז מען פאַרשטייט כלומר'שט אַ וואָרט חסידות, אָדער אַז מען דאַוונט ווי מען דאַרף, וויילע עס איז דאָך דאָ אַ אונטן — דאָס הייסט ווי פירט מען זיך נאָכן דאַוונען. וכן וואָס איז די פעולה פון דעם אַז מען פאַרשטייט אַ וואָרט חסידות, אָבער חסידות אָן עבודה איז גאָרניט. וכן להיפך אין צריכים להיות בעצבות ומרה שחורה מהמצב הלא טוב, כ"א שצ"ל ענין המרירות שזה מביא לידי פועל טוב. וואָרום עבודת הבירורים הוא כמו עבודת הבעל עסק און אַזוי ווי אַ קלוגער בעל עסק ווייס נאָר אַז מען דאַרף פירן דעם געשעפט כו', אָט אַזוי דאַרף מען טאָן עבודה.

הערות

  1. 32. שבת קנא, ב. וראה ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 32. אגרותקודש ח"ה ע' קיח. ח"ז ע' ס. לקמן ע' 207.
  2. 33. משלי יח, כג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.