38
פרנסה מרובה נאָר איר זאָלט מאַכן די גשמיות כלים צו אלקות.
ד. (ונמשך הדיבור עם אחיו של רש"י:) דאָס וואָס ער טראָגט די קייטעלע אום יו"ט, דאָס דאַרף ניט זיין. און דאָס פועל'ט אַ הגשמה.
אין פלוג איז דאָך דאָס טוב, אַ תכשיט צוליב יו"ט, אָבער באמת דאַרף דאָס ניט זיין.
אָט ווי אַ ענדיק אויף יו"ט, ווערט דאָס יו"ט מיט אַ ענדיק. אַ ענדיק אויף יו"ט איז גוט, עס דאַרף זיין ושמחת בחגך. אָבער אַז יו"ט איז מיט דעם ענדיק — דאָס איז אַ העלם און פועל'ט אַ הגשמה.
בחול איז די קייטעלע צוליב באָרגן אַ גמ"ח, ער טראָגט אַ שיינע קייטעלע קריגט ער אַ גמ"ח געכער.
באַ דעם רוזינער זצוק"ל זי"ע איז געווען אַ זילבערנע קאראד. איז דאָס נאָר ביי דעם וואָס איז שייך צו דעם13. וואָס אַזוי איז אויך געווען אין ביהמ"ק14. באַ אונזערע רביים איז ניט געווען אַזוי להשתמש בכסף כו'. ביי דעם רבי'ן איז געווען ווייסע שטולן. אָבער באַ דעם וואָס ער איז ניט שייך צו דעם איז דאָס אים מגשם.
אָבער יו"ט דאַרף מען ניט טראָגן קיין קייטעלע, און דענסטמאָל וועלן די קינדער און אין שטוב דערהערן דעם יו"ט, זיי זאָלן וויסן אַז יו"ט איז עפּעס אַ העכערער ענין, מען דאַרף דערציילן מענין היו"ט אויב זיי ווייסן ניט.
ה. (ונמשך הדיבור עוד הפעם לרש"י:) דו דאַרפסט וויסן אַז אַ בעל עסק דאַרף מאַכן אַ כלי צו אלקות, עס זאָל קענטיק זיין אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד. ווי אַ שיף וואָס גייט אין ים בלייבט אַ שטראָם, וואָס דער טאַטע איז דאָס מבאר בהמבואר כי המעיינות נמשכים מהתהום, איז דער שטראָם על דרך נהרא פלג לי מימיך15. אָט אַזוי דאַרף זיין קענטיק אַז אויף דעם שטיין האָט געטראָטן אַ איד.
מען דאַרף עס זאָל זיין ווי אין די שטרות התנאים שלמעלה, עס איז פאַראַן דער שושבין מצד החתן, דער חתן הוא הקב"ה16, וואָס ער איז בחי' נחות דרגא16 להשפיע טוב לישראל, בטוב הנראה והנגלה, נאָר מען דאַרף אָפּהיטן די תנאים פון די שטרות.
אָט אַזוי ווי עס איז דאָ אַ מעקלער17, פון די עלטערן קענט איר ניט הערן, זיי ריידן מיט אייך אָבער איר קענט ניט הערן, ווייל זיי זיינען מיט אַ מדור העכער. ע"ד בת קול שאין אנו שומעים בהארת הנשמה המלובשת בגוף18, וענין
הערות
- 13. להעיר מהמבואר בנוגע עשירותו של אדמו"ר מהר"ש — ראה אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ב ע' ריא. שיחות: ש"פ האזינו, י"ג תשרי תשי"ב. ש"פ מקץ תשט"ז בסופה. פורים תשכ"ח. מוצש"ק האזינו, י"ג תשרי תשל"ט. י"ג תשרי תש"מ. י"ג תשרי תשמ"ג (התוועדויות ח"א ע' 150). י"ג תשרי תשד"מ (התוועדויות ח"א ס"ע 154 ואילך). מוצש"ק צו, אור לי"ג ניסן תשמ"ז (התוועדויות ח"ג ע' 97). ועוד.
- 14. ראה ב"ר פט"ז, ב. שמו"ר רפל"ה. וראה שיחת ש"פ מקץ שבהערה הקודמת. ועוד.
- 15. חולין ז, א. וראה ספרי הרב המגיד — לקוטי אמרים נז, ד ואילך. אור תורה לא, ג ואילך.
- 16. ראה מכילתא ופרש"י יתרו יט, יז. פרש"י ברכה לג, ב.
- 16. תו"א הוספות שמות קו, א. ובכ"מ.
- 17. מתווך, סרסור.
- 18. ראה כתר שם טוב יח, ג. נג, ד. לקו"ת תצא לו, ד. האזינו עא, ד. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.