36
ד. אמר אחד: היינט האָט מען געזאָגט אַ טוטווייען וואָרט, אַז אַ בע"ת איז אַ מרוחק בעצם.
ואמר כ"ק אדמו"ר:
כן, דער טאַטע האָט מיר מכריח געווען צו זאָגן דאָס, עס איז מיר געווען זייער שווער צו זאָגן דאָס, איך האָב זיך געדרייט אַזוי און אַזוי, אָבער דער טאַטע האָט מיר מכריח געווען. אַ בעל תשובה האָט דאָך עילוים אין זיך, און מ"מ איז ער בעצם אַ מרוחק12.
[שאל הישיש הרז"י13: מה תקנתו? ואמר כ"ק אדמו"ר:] ער דאַרף משנה זיין דעם עצם.
ה. עס איז אַ פּלא וואָס דער טאַטע לאחר הסתלקותו איז אַלץ איינס ווי בחייו14, שאר הצדיקים לאחר הסתלקותם קוקן זיי אויף דער וועלט בחסד וברחמים, און דער טאַטע קוקט אויף דער וועלט אַלץ איינס ווי בחייו. אָט אַזוי ווי בחייו האָט ער אין יעדער ענין געגאַנגען געשניטן, כמו כן הוא גם עכשיו, ער קוקט אויף יעדערן, וואָס כמעט בדרך [...] הייסט ער וואָס מען זאָל איבערגעבן יעדער תמים ווי ער זאָל זיך פירן, ער זאָל טראַכטן כך וכך וכדומה.
דער טאַטע האָט זיך מוסר נפש געווען אויף די תמימים אַ מסירת נפש בפועל ממש, און ער גלויבט זיי קיינעם ניט אָפּ.
ושאל הרז"י: אייך גלויבט ער יע אָפּ?
ואמר כ"ק אדמו"ר: אפילו מיר אויך ניט.
הערות
- 12. ראה סה"מ תרפ"ד ע' כ. תש"ט ע' כט.
- 13. אולי הוא הנזכר בשיחת יט כסלו תרצ"ב.
- 14. ראה גם לקמן ע' 164.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.