34

שמח"ת קודם הקפות תרפ"ט1, ריגא

א. [אמר לר' מרדכי דובין2:] איר זייט אַ איש הטוב והחסד בעצם, אָבער דאָס איז נאָך ניט קיין עבודה. עבודה איז בירור וזיכוך, אַז איינער האָט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז ער זיי מזכך.

דער טאַטע האָט געזאָגט, עס איז אַ חקירה וואָס איז בעסער צי מען איז געבאָרן במדות טובות אָדער מ'ווערט געבאָרן מיט מדות לא טובות און ע"י עבודה איז מען זיי מזכך, דער אמת איז אַז דאָס איז בעסער.

ושאל אחד: במה ניכר אם הפועל טוב הוא מצד שהוא איש החסד בעצם או שהוא על ידי עבודה?

ואמר כ"ק אדמו"ר: על ידי עבודה איז אַנדערש, אַמאָל דאַרף ער גאָרניט לויפן אַראָפנעמען אַ נאלאָג3 פון פינף רובל פאַר יענעם, ער דאַרף גאָר איצטער לערנען אַ פּרק משניות, נשקשה זאָל יענער אָפּצאָלן, אַמאָל איז גאָר וויילע ער גיט ניט אויף תורה, כהמעשה בגמרא4 על בני אחתי' דר"י בן זכאי, שנגזר עליהם שיאבדו בשנה זו כך וכך כסף, וואָס ער האָט זיי גענייט געבן געלט אויף צדקה און די איבעריקע האָט מען ביי זיי צוגענומען, און ער דאַרף נאָר קובע זיין עתים לתורה און ניט לויפן אַראָפּנעמען פאַר אים זיינע נאלאָגן.

איך בין ניט קיין אַגיטאַטאָר5, אַנטקעגן די וואַלן בין איך יע אַ אַגיטאַטאָר, אָבער ווי דער ענין פון נר ה' נשמת אדם6, להאיר אור, און אַנטקעגן די וואַלן איז ניט מיין ענין, נאָר עס פעלט נאָך אייך זייער אַ סאַך להשלים הכוונה דדירה בתחתונים7. אַ צוווייטיגטער איד כו'.

ב. [אמר לאחד:] דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן אַ טוב הנראה ונגלה. וואָרום אין רוחניות איז אַ געשמאַק אין

הערות

  1. 1. כ"ה בכת"י השיחה שתח"י. אבל בכ"מ בשיחה זו משמע שנאמרה כשהי' עדיין ברוסיא. ואולי נאמרה בשמח"ת תרפ"ח.
  2. 2. ציר יהודי בסיים (בית הנבחרים) הלטבי. וע"י השתדלותו יצא רבינו מרוסיא. ראה אודותו "די יסורים פון ליבאוויטשן רבין אין סאוועטרוסלאנד" (ריגא, 1930) ע' 73 ואילך.
  3. 3. מס.
  4. 4. בבא בתרא י, א. ראה גם לקמן ע' 60.
  5. 5. תעמלן.
  6. 6. משלי כ, כז.
  7. 7. ראה תניא פל"ו. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.