33

דערנאָך פלעגט ער דאָס אַריינשטעלן אין אַ קרעסלע24.

דער טאַטע פלעגט ערב פסח דערמאָנען אַ קוק טאָן ביי הענדל'ען אין קרעסלע צי עס איז ניטאָ דאָרט קיין משקה.

ער איז געווען נאָר האַרץ, אָבער האַרץ איז געווען אָן אַ שיעור25.

אַמאָל גיין אויף חזרה איז געווען ניט ווי די לעצטע יאָרן, עס איז געווען ניט שטענדיק, אָבער אַז מען פלעגט שוין אַריינגיין פלעגט דער טאַטע לפעמים אָפּלערנען דעם מאמר, איז דאָס אַלעס געווען דורך הענדלען.

באַ דעם וירד העיט26 איז מען אַריין דורך הענדל'ען און ס'איז געווען דאָרט אין מאמר27 די ווערטער עצמם און עצמות, האָט פייוול28 געביטן די ווערטער און האָט געזאָגט עצמיים עצמות [ואמר כ"ק אדמו"ר: עצמם האָט מען געמיינט דער חיות הכלי עצמן (וזהו בחי' קיום), און עצמות איז דער אור], האָט דער טאַטע אַרויסגענומען אַ פרדס און האָט מיט אונז אָפּגעלערנט אַ שטיקל פרדס29, און הענדל איז גאָר געזעסן און געשלאָפן אויף אַ שטול און אים איז דאָס גאָרניט נוגע געווען, אָבער ער האָט געדאַרפט זיין.

[וסיים כ"ק אדמו"ר:] און חנן איז אַ תולדה פון הערצל.

דער עיקר איז עבודה, דאָס איז דער חיות און קיום כל דבר.

ו. [אמר לאחד:] דער אויבערשטער זאָל דיר העלפן אַז דו זאָלסט זיין געזונט אויף אַ אמת, און קענען נעמען אַ ביסל משקה, וואָלט זייער צוניץ קומען. דער אויבערשטער זאָל טאַקע העלפן זאָלסט זיין געזונט אויף אַ אמת.

[ושאל א': אם כדאי שיתחיל תיכף? ואמר כ"ק אדמו"ר:] וואָס מיינסטו אַ ביסעלע, און זאָג לחיים.

ז. בדבר הניגונים אמר: מ'האָט שוין געדאַרפט האָבן אַ סדר זינגען אַלע אַלטע ניגונים, זיי זיינען אָנגעגאָסן מיט חסידות יעדער ניגון דאַרף מען זינגען אַ סאַך מאָל.

השמטה

בתוך הדברים [בסעיף א] אמר:

אדמו"ר הצ"צ הי' נכנס להרב ר' אברהם30 טרם שהי' רבי31.

הערות

  1. 24. כורסה.
  2. 25. בספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ס"ע 180 ואילך: החסיד ר"ח הענדל איז גיווען זייער א הארציגער מענטש, אלץ איז בא איהם גיווען מיט הארץ, אלע מאהל מיט הארץ. עיי"ש בארוכה.
  3. 26. תרנ"ח (סה"מ תרנ"ח ע' יז ואילך).
  4. 27. סה"מ שם ע' יח ואילך.
  5. 28. החסיד ר' שרגא פייוויש זאלמאנאוו. אחד החוזרים של כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע. ראה אודותו ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 17 ובהערה 34 שם. נזכר לקמן ע' 139.
  6. 29. ראה פרדס שער טז (שער אבי"ע) פ"ב — הובא בסה"מ תרנ"ח שם.
  7. 30. הר"ר חיים אברהם בן אדה"ז — נולד באלול תקל"ז או תקל"ח[ednref_14_*] (רשימת היומן של רבינו מיום כ' מ"ח תרנ"ו — נדפס בסה"מ תש"ט ע' 90). נפטר בשנת תר"ח ומ"כ בליובאוויטש (ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 52 בהערה. בית רבי ח"א פכ"ד (נו, ב)). ראה אודותו: רשימת היומן בסה"מ תש"ט שם. רשימת היומן של רבינו ב"התמים" חוברת ח ע' ח [שפ, ב] ואילך. ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז) ע' 6. לקמן ע' 68. ע' 231. ספר השיחות תרצ"ו — קיץ ה'ש"ת ע' 92. ע' 113. ע' 263. שיחת ל"ג בעומר וש"פ נצבים תש"י (התוועדויות תש"י ע' 60. ע' 212). בית רבי שם.
  8. 31. ע"ד קבלת הנשיאות של אדמו"ר הצמח צדק — ראה לקמן ע' 243 ואילך. רשימת היומן של רבינו ב"התמים" חוברת ג ע' כב [קכז, ב] ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 147148. בית רבי ח"ג פ"ב. [edn_14_*] ברשימת רבינו ב"בטאון חב"ד" גליון 3938 ע' 40 בהערה 26, שנולד בשנת תקמ"ה. ובספר השיחות תרצ"ו — קיץ ה'ש"ת ע' 92, דבשנת תקמ"ז הי' ר' חיים אברהם כבן שש או שבע. וראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 77 בהערה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.