15
הבעש"ט? תורת החסידות? והתשובה בזה: חסידות איז אַ מחקר אלקי, אַ געטלעכע חקירה, הגם החקר אלוה תמצא30 וואָרום אין אלקות איז ניט פאַראַן קיין הקדמות ומבוא אויף צו משיג זיין, אין שכל אנושי איז פאַראַן אַ הקדמה און א מבוא אויף צו קומען צו דעם, ווי אַ מלמד לערנט מיט די קינדער פריער לערנט ער אים אויס אותיות, דערנאָך צירופים, דערנאָך דעם פירוש, וואָס דער פירוש ווענדעט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, וואָרום איין וואָרט טראָגט אין זיך כמה פירושים, נאָר עס ווענדט זיך אין וואָס פאַר אַ ענין דער וואָרט שטייט, דערנאָך איז פאַראַן דער לימוד פון ענין הסברא, און סברא בנוי' מן סברא, השגת החיוב השגת השלילה, וואָס השגה בכלל איז אַלץ אין זמן ומקום, העכער פון זמן ומקום איז ניט שייך קיין השגה, וואָס חוקרים זיינען אויך מודה אַז למעלה מגלגל התשיעי איז ניט שייך קיין זמן ומקום31, עולם הזה איז זמן ומקום32, עשי' הרוחני' איז אויך זמן ומקום נאָר בהפשטה ביז אצי' דאָרט איז בדרך קדימה ואיחור, מל' דאצי' בינה דאצי' חכמה דאצי' — ס'איז בדרך קדימה ואיחור33, אין מדרש34 זאָגט ער כשעלה משה למרום מנין ידע אימתי יום ואימתי לילה, בשעה שאמרו ברוך ידע שהוא לילה, וואָס די ידיעה פון קדוש וברוך צו דעם ענין יום ולילה האָט כלל קיין שייכות ניט נאָר עס איז אַ הוראה אויף זמן, פון דעם וואָס די ענינים זיינען מתחלפים ווייס מען זמן.
איך קען זאָגן35, איך האָב אויף דעם אַ יסוד צו זאָגן ווי — להבדיל אלף אלפי הבדלות לאין קץ — קען מען האָבן אַ ציור אויף דעם ענין ידיעת הזמן פון טורמע, וואָס אין טורמע ווייס מען דאָך ניט קיין זייגער איז פון וואַנען ווייס מען וויפל דער זייגער איז, אַז מען גיט ברייט איז זיבן אַזייגער, אַז מען גיט וואסער איז נייען אַ זייגער, אַז מען גיט נאָך אַ מאָל וואַסער איז זעקס פאַר נאַכט, וואָס די ידיעה אין זמן איז פון די ענינים וואָס טוען זיך אָפּ אין דעם זמן.
היינט וואָס איז שייך השגה אין אלקות, וואָס האָט ניט קיין שייכות צו זמן ומקום ואיך אפשר לומר אַז חסידות איז אַ מחקר אלקי?
נאָר דאָך האָט דוד געזאָגט36 דע את אלקי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה, אַז עס זאָל זיין עבודה בלב איז דוקא דורך ידיעה והשגה וואָס באמת איז חסידות השגת העצמות, אַזוי ווי דער רבי זאָגט אין תניא37 בנים אתם לה' אלקיכם38, וואָס אַ זון דערהערט דעם טאַטן, הגם דער בן איז ניט בערך דעם טאַטן, מ"מ דערהערט ער אים וואָרום
הערות
- 30. איוב יא, ז.
- 31. ראה פרדס שער ו (שער סדר עמידתן) סוף פרק ג. סהמ"צ להצ"צ מצות האמנת אלקות פרק יא (נז, ב). ובכ"מ.
- 32. ראה שער היחוד והאמונה פ"ז. לקו"ת ברכה צח, א. ובכ"מ.
- 33. ראה מאמרי אדה"ז תקס"ה ח"א ע' שכ ואילך. ועם הגהות וכו' — ביאורי הזהר להצ"צ ח"א ע' רנז ואילך. סהמ"צ להצ"צ שם ואילך. סה"מ עזר"ת ע' סז. ובכ"מ.
- 34. מדרש תהלים יט, ג. ילקוט שמעוני תשא רמז תו. נתבאר באוה"ת (יהל אור) לתהלים שם (ס"ע סב ואילך).
- 35. ראה רשימת המאסר (ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 227).
- 36. דברי הימיםא כח, ט. וראה תניא קונטרס אחרון קנו, ב.
- 37. רפ"ב. וראה אגרותקודש ח"ב ע' תפד.
- 38. ראה יד, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.