13
איז אַ איד דאַרף זיין מיט אַ טפח14 העכער פון דער ערד, נאָר ס'איז פאַראַן דברים המוכרחים וואָס מען מוז האָבן, פאַרוואָס מוז מען זיי האָבן ווייל אַזוי האָט מען געוואָלט למעלה, די כוונה עליונה איז אַז די בירורי ניצוצות דתהו זאָל זיין דורך יעקב'ן15 און ניט דורך עשו'ן ממילא דאַרף מען אָנקומען צו עניני עולם הזה דאַרף מען זיי טאַקע אַלץ געבן.
אין16 שנת תרס"ז איז געשטאַנען צום פּריזיוו17 איינער פון די תמימים — כ"ק אדמו"ר רמז להמקורבים אצלו שזה הי' ר' שילם18 — וואָס עפ"י טבע האָט ער ניט געקענט באַפרייט ווערן ווען מ'זאל ניט מאַכן קיין כלי, האָט דער טאַטע געהייסן אַז מען זאָל גאָרניט טאָן, און האָט געזאָגט19 דו וועסט באַפרייט ווערן, און כך הוה. האָט דער טאַטע געזאָגט אַז דער גאַנצער ענין פון ניצוצות דתהו וואָס נפלו בשבירה און ס'איז געוואָרן דער וואָלאָסט20 איז דאָך אַלץ געווען כדי דער תמים זאָל דאָרטן שטיין און בעפרייט ווערן מען זאָל אים זאָגן ניע גאדין21 און ער זאָל גיין צוריק לערנען און דאַוונען,
איז דאָך טאַקע מוכח אַז כל עניני עולם הזה געהערט צו זיי, נאָר זיי דאַרפן ניט נעמען, וואָרום אַז מ'נעמט איז מען דאָך אַ מקבל, אַ מציאות.
אח"כ חלק אחד משקה לאנ"ש, ואמר לו כ"ק אדמו"ר: נעמט איר אַליין פריער משקה וואָרום מ'קען ניט זיין קיין משפיע וואו מען זאָל ניט זיין פריער אַ מקבל, יין איז אַ דבר המופרך חוץ יין לקידוש און דאָ מאַטערט מען זיך מתווך זיין קבלה מיט נגלה, יי"ש22 איז שבת נאָכן דאַוונען און פאַר בעלי מדרי', אַ גאַנצע וואָך טאָר מען ניט טרינקען23, נאָר אין זמנים פון שמחה דאַרף מען נעמען בדרך קבלת עול.
הערות
- 14. ענין טפח — ראה לקו"ת דרושים לר"ה ס, סע"ג ואילך. אוה"ת: בראשית ח"ב שלד, ב. (יהל אור) תהלים ס"ע קמז ואילך. שיחת יו"ד שבט תשמ"ו בסופה. וראה לקמן ע' 45. ע' 69.
- 15. ראה סה"מ תר"ל ע' פז ואילך. תרל"ד ע' מד. תרל"ה ח"א ע' צח. תרנ"ד ע' ל ואילך. תרפ"ד ע' ריב. ע' רכב. ובכ"מ.
- 16. ראה הערה 19.
- 17. גיוס חובה (לצבא).
- 18. הרה"ח ר' משולם ידידי' קוראטין מדיסנא. — אחד מהתמימים בזמן ההוא. ואח"כ מראשי המשפיעים בתומכיתמימים. נפטר בדמי חייו — בן ל"ד שנים — במוצש"ק שופטים אור ליום א' ה' אלול עטר"ת.
- 19. ראה שיחת שמח"ת תרס"ז (ספר השיחות תורת שלום ע' 70 ואילך): זה הי' כל ענין שבירת הכלים דתהו בכדי שיוכל להתלבש בהם כו'. . והם יאמרו כפי רצונו שיגאל גאולה שלימה. עיי"ש בארוכה. ובהערת כ"ק אדמו"ר שם: וז"ל ספור כ"ק מו"ח אדמו"ר בשיחתו שמח"ת ה'תש"ד [ספר השיחות תש"ד ע' 33], שכנראה הוא הוא התחלת השיחה הבאה כאן, ועכ"פ שייך לענינה: ווען שילם האט געדארפט שטיין צום פריזיוו האט איהם דער טאטע געזאגט: דו וועסט דאך סיי ווי ארויס גיין, נאר דער ניצוץ פון תהו וואס דארף נתברר ווערען על ידך דארף דורך גיין דעם וואלאסט, אז די ניצוצות פון תהו זאלען אויך מסכים זיין. והוסיף: אז אין די אלע וואלאסטען איז ניט געווען איין איד און ער, שילם — איז געווען איין איד אין דעם וואלאסט, און די אלע וואלאסטען זיינען געווען בכדי ער זאל דא דורכגיין.
- 20. הפלכים ברוסיא היו נחלקים לכמה "וואלאסטן", ולמשרד הוואלאסט היו נקראים לפריזיוו.
- 21. אינו מתאים לשירות.
- 22. יין שרף.
- 23. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.