ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרפ"חליל פורים תרפ"ח, ווארשא10

10

ברייטע הערצער, היינט איז ניטאָ די השבה אל הלב, עס איז פאַראַן דער ענין פון די מדות טובות שבטבע כל ישראל, אָבער עס איז ניט עבודה.

סוף כל סוף איז דאָך כי לא ידח ממנו נדח10, אַלע וועלן דאָך צוקומען צו עבודה, וואָס דאַרף מען זיין אַ נאַר און מאַכן זיך ענג און יענעם ענג, ס'איז דאָך גלייכער זיין אַ קלוגער און טאָן אין עבודה.

ז. אַז אַ איד גייט אין גאַס און ער איז טרוד ומוטרד בעסקיו דאַרף ער טראַכטן אַ וואָרט תורה11, ווער ווייס — עס קען זיין אַז די גאַנצע גאַס מיט די מויערן זיינען נאָר צוליב דעם אַז אַ איד זאָל גיין אין גאַס און טראַכטן אַ וואָרט תורה און דערהערן אַז דאָס איז חכמתו ורצונו יתברך. איך מיין ניט אַז ער זאָל אָפּפרעגן אַ רע"א אָדער פאַרענטפערן עפּעס מיט זיינע אַ המצאה, נאָר ער זאָל טראַכטן אַ וואָרט תורה.

[ושאל אחד המסובים: און רעדן דברי תורה אויך? ואמר כ"ק אדמו"ר:] דיבור הוא עוד ענין. בדיבור יש ענינים שצריכים לידע המבואות כו'12. בכלל דיבור איז אַראָפּטראָגן אין אַ נידעריקן כח אויך, וואָרום אַז ער רעדט הערט ער דאָך וואָס ער רעדט, איז דאָך ממילא פאַראַן מחשבה אויך. ער מעג טראַכטן אַ פסוק אשרי אפילו ניט בדרך תפלה נאָר בדרך לימוד.

ח. [אחד המסובים אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָל מאיר זיין אַ גילוי אור מלמעלה וועט אַלעס רעכט ווערן. ואמר כ"ק אדמו"ר:] דער צמח צדק האָט אַמאָל גערעדט וועגן דעם בירור שעל ידי גילוי אור מלמעלה, ואמר, אַז דורך דעם קען מען חאַפּן אַ דרעשטשאק — עס מוז זיין אַ פוילישער וואָרט, אַמאָל פלעגט מען אַריינמישן פוילישע ווערטער אין חסידות, רבי הלל12 פלעגט אין מיט'ן חסידות זאָגן "זאראז" (אויף פּויליש: באַלד) —.

ט. עס איז דאָך יתבררו ויתלבנו כו' והרשיעו כו'13 דאָס איז דאָך אַ גילוי אור מלמעלה די כוונה איז געוועזן עס זאָל זיין עבודה בכח עצמו.

עס איז פאַראַן דער ענין פון ונתתי עשב בשדך לבהמתך14 שזהו גילוי שם ע"ב ד"ע יחו"ע בזרע בהמה15, אָבער ניט דאָס איז די כוונה, די כוונה איז עס זאָל זיין עבודה בכח עצמו אפי' אַז עס איז בקטנות דקטנות.

דער גאַנצער ענין פון ברה"ע און מיעוט הירח און חטא עה"ד איז אויף די כוונה אַז עס זאָל זיין דער בירור מלמטה למעלה בכח עצמו דוקא16.

אַז משה רבינו וואָלט אַריין געגאַנגען אין ארץ ישראל וואָלט געווען די עבודה באופן אחר17, איז דאָך אָבער ניט אַזוי געוועזן.

הערות

  1. 10. ע"פ שמואלב יד, יד. וראה הל' תלמוד תורה לאדה"ז פ"ד ס"ג. תניא ספל"ט.
  2. 11. ראה גם לקמן ע' ס"ע 155 ואילך. אגרותקודש ח"ד ע' קנא. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 17.
  3. 12. ראה ברכות כד, ב. רמב"ם הל' ק"ש פ"ג ה"ד ובנ"כ שם. שו"ע או"ח ספ"ה ס"ב ובנ"כ שם.
  4. 12. ראה אודותו לקמן ע' 30. וש"נ.
  5. 13. דניאל יב, י.
  6. 14. עקב יא, טו.
  7. 15. ראה תו"א ר"פ משפטים (עד, ג ואילך. עה, ב. עו, א). ועוד.
  8. 16. ראה ד"ה על כן יאמרו המשלים תרצ"א.
  9. 17. ראה מגלה עמוקות אופן קפה. מאמרי אדה"ז תקס"ג ח"ב ס"ע תרסו ואילך. אוה"ת ואתחנן ע' סה ואילך. ח"ו ס"ע רא ואילך. ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.