9
דער1 זיידע2 האָט אַמאָל געהערט אַ חסידות פון עלטער זיידן הצ"צ נ"ע
— דער צ"צ פלעגט זאָגן חסידות פאַר די קינדער לבד מה שאמר דא"ח לפני החסידים —
האָט ער (הצ"צ) געזאָגט אַ חסידות פאַר דעם זיידן — דעם רבי'נס3 אַ מאמר אות באות — דער מאמר הויבט זיך אָן ברוך שעשה נסים המשך להמאמר בכ"ה בכסלו, ומשפיל שם מאד התפעלות הלב. נאָר עס איז פאַראַן אַ הנחה פון זיידן4 מיט הגהות5, ושם בהגהה זאָגט ער אַז דאָס איז געווען אַ הוראת שעה, ווייל די עבודה זייערע איז געווען בהתפעלות גדולה6, ביז — ווי דער זיידע האָט געזאָגט7 — אַז זיי האָבן ניט געקענט דאַוונען אין שטאָט, זיי פלעגן גיין מחוץ לעיר און תולה זיין את עצמם בין שמים וארץ און דאַוונען. מיט וואָס הענגט מען זיך דאָס אויף? נו. . .
התפעלות הלב דאַרף זיין בלי רעש ובלי קול המולה, משל לעצים יבשים, אַז זיי ברענען ווערט פון זיי וואַרעם, אָבער עצים לחים אַז זיי ברענען רויכערט זיך און עס רעש'ט זיך אָבער עס בלייבט פון זיי מער ניט אַ טשאַד8, מ'קען זיך ניט אָןדעם אָנוואַרעמען.
ה. [שאל אחד המסובים: היינטיקע צייט איז שווער צו האַלטן ביי עבודה. ואמר כ"ק אדמו"ר:] למעלה איז געוויס די כוונה בירידת הנשמה למטה אַז עס זאָל זיין עבודה, וממילא האָט מען דאָך געגעבן כחות אויף דעם. תורה ומצות זיינען ניט אין זמן, זיי זיינען שייך בכל זמן. און בכלל וואָס איז שייכות — אַז אין רוסלאַנד איז פאַראַן מניעות ועיכובים דערפאַר קען מען דאָ ניט טאָן? און אין רוסלאַנד איז אויך באמת קיין תירוץ ניט, דער עיקר איז די מניעה פון דעם אייגענעם נפש הבהמית, מען דאַרף גיין לערנען אין בית המדרש בין מנחה למעריב, עס דאַרף ניט אַרן צי איז מען אַ עשיר און אַ בעה"ב או ח"ו אַ עני, צו עבודה איז דאָס ניט נוגע.
אַמאָל אַז מ'פלעגט אַריינגיין אין אַ ביהמ"ד פלעגט מען זען ווי דער נר ה' נשמת אדם9 ציט זיך צו אלקות.
ו. אַמאָליקע חסידים האָבן געוואוסט אַז ס'איז דאָ אלקות און זיי זיינען דאָ, און זיי זיינען נפרדים, במילא דאַרף מען אַראָפּנעמען דעם פירוד. אַמאָליקע חסידים האָבן געהאַט ברייטע מוחין און
הערות
- 1. בהבא לקמן — ראה גם שיחת: ש"פ חו"ב יג תמוז תרצ"א (לקמן ע' 249 ואילך). יט כסלו תרצ"ג סעיף יא. ספר השיחות תש"ג ע' 13. שיחת ליל שמח"ת תש"ז. אחש"פ תשט"ז.
- 2. כ"ק אדמו"ר מהר"ש.
- 3. כ"ק אדמו"ר הזקן.
- 4. בוך 722 צא, א ואילך.
- 5. נדפס (בשינויים) באוה"ת בראשית ח"ה תתקנז, ב ואילך.
- 6. וז"ל ההגהה בבוך הנ"ל צט, סע"ב (כי"ק אדמו"ר מהר"ש): שמעתי מכ"ק אאמו"ר שי' שאאזמו"ר הזקן נ"ע בג"מ אמר דרוש זה הי' כוונתו להסירם מריבוי התפעלות הלב ותנועת חיצוני' שהיו נוסעים מהעיר לשדה נגד העיר להתפלל שם בצעקה גדולה, לכן אמר דרוש זה והגביה חב"ד בהתפעלות השכל דוקא, ובאמת זהו הוראת שעה שהי' צריך לכך. והמכוון מדרוש זה שע"י התפעלות השכל יוכל ללמוד אח"כ (משא"כ בהתפעלות הלב ידמה שיצא י"ח ולא ילמוד כו') ומכ"מ ענין השיר והזמרה בתפלה לעורר את האהבה אינו בכלל זה כלל. כן שמעתי בפי'.
- 7. ראה שיחת יט כסלו תרצ"ג שם.
- 8. אדפחמים.
- 9. משלי כ, כז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.