67
מיט דער הילף פון גדולי ישראל דאָ אין לאַנד, אויפהויבען דעם מצב פון אידישקייט און תורה צווישען אַמעריקאַנער אידען. אויב דאָס וועט זיך מיר, מיט גאָט'ס הילף איינגעבען אין אַ וועלכער עס איז מאָס וועט דאָס שוין זיין די גרעסטע באַפרידיגונג פאַר מיין רייזע אַהער".
— איז מיר ערלויבט, רבי, איבער צו געבען תמצית פון אונזער געשפּרעך פאַר די לייענער פון דיזער צייטונג — האָב איך צום לעצטע אַ פרעג געטאָהן.
"געוויס איז די זאַך פאַר מיר אַ שטיקעל קרבן, ווייל כ'האָב קיינמאָל ניט געוואָלט און וויל איצט אויך ניט צו מאַכען קיין שום וועזען פון מיין פּערזענליכקייט, צוליעב דעם טאַקע גיב איך קיינמאָל ניט קיין אינטערוויאוען פאַר פאָרשטעהער פון די צייטונגען, נאָר אויב מר. געלמאַן, דער רעדאַקטאָר פון דיזע צייטונג און אויך איהר אַליין דענקט אַז דברים שבכתב צוזאַמען מיט דברים שבעל פה וואָס כ'האָב גערעדט אין סט. לואיס וועלען העלפן עס זאָל לפחות צוקומען כאָטש איין פּאָר תפילין און אַ אידישער שטוב, אָדער מיטהעלפען שמירת שבת, טהרת המשפחה, למוד התורה און פרומקייט בכלל, בין איך צופרידען דאָס מאָהל אַוועק בויגען מיין פּרינציפּ אין אַ זייט און אייך ערלויבען פאַרענפענטליכען דאָס וואָס מר. געלמאַן און איהר רעכענט פאַר גלייך" האָט דער רבי פאַרענדיגט.
אין משך פונ'ם געשפּרעך, וועלכער האָט זיך פאַרצויגען איבער 45 מינוט, האָט דער רבי באַריהרט פיעלע וויכטיגע פראַגען וואָס זיינען פאַרבונדען מיט זיין אויפהאַלטען זיך אין אַמעריקאַ אָבער ניט אַלעס וואָס איז גערעדט געוואָרען איז מיר ערלויבט צו פאַרעפענטליכען.
ביום ג' ט"ו אייר בערב חזר רבינו לניו יארק עם מסע מהיר — נסיעה של 24 שעות.
במשך שהותו בניו יארק התאכסן רבינו בעיקר במלון ניוטאן. וביקר בשכונות שונות וערך אסיפות.
בחג השבועות הי' רבינו בבראנקס, שם אמר רבינו ביום א' דחג השבועות המאמר והר סיני8, וביום ב' המאמר אנכי הוי' אלקיך8.
הערות
- 8. לע"ע אינו תח"י.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.