66

זייט אַזוי וועט אויך דער איצטיגער נסיון אונז אַרויפיהרען בלויז געשטאַרקט און פאַרפעסטיגט אין תורה און מצות, האָט דער רבי פאַרענדיגט זיין ענפער.

— און וואָס דיינקט איהר, רבי וועגען דער צוקונפט פון תורה און אידישקייט ביי אונז אין אַמעריקאַ? האָב איך ווייטער געפרעגט.

"אָט זעהט איהר, האָט דער רבי געענטפערט, אויף אָט דער פראַגע איז מיר שוין אַביסעלע שווערער צו ענטפערן ווי אויף דער פריערדיגער, אָבער אויך דאָ בין איך ניט אַזוי שטאַרק פּעסימיסטיש ווי אַנדערע אייראָפּעאייע אידען וואָס באַזוכען אַמעריקע, אויף'ן ערשטען קוק קען עס אפשר אויסזעהן אַביסעלע ווילד, עס איז אָבער אַ פאַקט, אַז די אַמעריקאַנער אידישע יוגענד פאַרמאָגט אַ טיעפען רעליגיעזן געפיהל און ביינקט נאָך אידישקייט. די פאַרשיעדענע רעליגעזע יוגענדליכע אינסטיטוציעס, וועלכע עקזיסטירען דאָ אין לאַנד, זענען דער בעסטער באַווייז דערצו, וואָס עס פעהלט דערביי איז בלויז, דאָס, אַז דער עלטערער דור זאָל פון זיין זייט אויפהערען זיך צו באַציהען מיט יאוש צום צוקונפט פון אידישקייט אין אַמעריקאַ און זאָל זיך מעהר פאַראינטערעסירען מיט'ן יונגען דור, אַ גרויסע הילף און דעם הינזיכט וואָלט געקאָנט געבען די היגע אידישע פּרעסע, וועלכע איז אַ גרויסער פאַקטאָר אינ'ם היגען אידישען לעבען".

"ערלויבט מיר רבי, אייך שטעלען נאָך אַ פראַגע, צו זענט איהר צופרידען מיט דער מאַטעריעלער זייט פון אייער שליחות קיין אַמעריקאַ? האָט דאָס אַמעריקאַנער אידענטום זיך גענוג וואַרים אָפּגערופען פאַר די מוסדות התורה, וואָס ווערען געשטיצט דורך אייך?

ווען דאָס וואָלט זיין דער איינציגער צוועק פון מיין באַזוך דאָ אין אַמעריקאַ, האָט דער רבי געענטפערט, וואָלט אפשר כדאי געווען אויף דעם אָפּשטעלען, דער אמת איז אַז דאָס איז נאָר אַ טהייל, און נאָר אַ קליינער טייל, פון דעם צוועק, וואָס איך האָב זיך געשטעלט צו מיין רייזע אַהער, דער הויפּט צוועק פון מיין נסיעה איז געווען צו באַקענען מיט דעם היגען מצב און

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.