65

דעם געדאַנק אַז דער בית ישראל אין רוסלאַנד זאָל פאַרלוירען געהן פאַר אונז. בלויז די וואָס קענען ניט דעם עקשנות'דיגען גייסט פון אונזערע רוסישע ברידער קענען דענקען וועגן דעם.

"יאָ יאָ — האָט דער רבי צוגעגעבען אַביסעל באַגייסטערט נאָך אַ קורצען שווייגען — ניט אומזיסט האָט אונז משה רבינו טיטולירט מיט'ן נאָמען "עם קשה עורף", אויב מיר זענען אָפט מאָהל נאָכגעביג און אַמאָהל טאַקע שוין צופיהל נאָכגעביג אין זאַכען וואָס האָבען אַ שייכות צו אונזערע פּריוואַטע אינטערעסען, זענען מיר דערפאַר אָבער טיעף איינגעשפּאַרט עקשנית'דיג פאַרביטערט ווען עס קומט פאָר די ענינים ריהרען אָן אונזער צוגעבונדענקייט צו אונזער הייליגער רעליגיע, צו אונזער ירושת אבות.

"און נאָר די, וואָס זענען ניט באַקאַנט מיט דער פאַקטישער לאַגע דאָרט, אָדער וואָס ווילען אפשר אומיסטען צומאַכען זייערע אויגען קענען דעריבער אַריינפאַלען אין יאוש בנוגע דער צוקונפט פון רעליגיע און תורה לערנען אין רוסלאַנד.

"דער גייסט פון אידישער עקשנות בנוגע תורה און מצות איז צו מערקען אין רוסלאַנד ניט נאָר ביים עלטערען דור, וועלכער איז גאַנץ נאַטירליך, נאָר אויך ביי אַ גרויסען טייל פון דער יוגענט, און אפילו ביי גאָר קליינע קינדער, מסירות נפש פאַר תורה לערנען און קיום המצות איז אַ גאַנץ [אָפטע] ערשיינוג היינט צוטאָג אין רוסלאַנד אויך ביים יונגען אונטערוואַקסענען דור דאָרט.

"אמת די צאָהל פון אָט אַזעלכע עקשנים איז נאָך יעצט ניט גרויס גענוג, ווי מיר איבערגעגעבענע אידען וואָלטען עס וועלען. אָבער אָט דער "שאר ישוב" גיט אונז די בעסטע האָפנונגען, אַז מיט פרומקייט און תורה לערנען איז נאָך די לאַגע ניט אַזוי שטאַרק געפעהרליך אין רוסלאַנד.

"אידישקייט אין רוסלאַנד וועט ניט אונטערגעהן קיינמאָל, די אידישער עקשנות איז בלויז נאָך איינמאָהל געשטעלט געוואָרן צו אַ נסיון, און פּונקט ווי אַלע פריהערדיגע נסיונות אין דער הינזיכט האָבען זיך געענדיגט מיט אַ נצחון אויף אונזער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.